Druckschrift 
Seyfer zikhroynes̀ : oder, Biografishe beshraybung fin di alṭe layṭ ṿos zenin oyfgenemen geṿoren in Buḳaresṭer azil (bate maḥseh li-zeḳenim) fom yahre 1880 biz ende des yahres 1890 / me-et Yaʿaḳov Pesantir ; des seyfer werd ridikirṭ le-koved dem hisṭorishen farayn "Yulyus Barash" tsu Buḳareshṭספר זכרונות : אדער, ביאגראפישע בעשריבונג פין דיא אלטע לײט װאס זענין אױגענעמען געװארען אין בוקארעסטער אזיל (בתי מחסה לזקנים) פאם יאהרע 1880 ביז ענדע דעס יאהרעס 1890 / מאת יעקב פסנתר ; דאס ספר ווערד רידיקירט לכבוד דעס היסטארישען פעראיין "יוליאס באראש" צו בוקארעשט
Seite
143
Einzelbild herunterladen

-

143­

רען וואס איך געפין מיך, דארום האב איך מיר פארגינעמין נאך איין טהייל צי שרייבען כדי דיא זאל זיך פעראייניגען מיט דער

ערשטער ביאגראפיע. איך האב גילעבט: ייניגע דרייסיג יאהרע צווישען איין נידערטרעכטיג פאלק, צווישען ציגיינער מוזיקאנטען, דיא וואי רען דאמאלס אייביגע שקלאווען בא דיא באיארען( אין מיין ספר דברי הימים לארצות רומעניע האב איך פין זייא פיעל גירעד) איך בין געצווינגען גיוועהן מיין מלאכה מיט זייא צי פיהרען, דאמיט איך זאלל קענין מיין ווייב אין קינדער אויף איין ארדענטליכען וועג ערנעהרען. אבער האטש איך האב גילעבט צווישען אזעלכי נאי ציאנען עם לבן גרתי ובין הכושיים היה גורלי", האב איך דאך נישט פארלוירען דיא הייסע ליעבע וואס איך האב גיטראגין אויף מיין גלויבען אין אויף מיינע ברידער איך האב אויף מעהרערע ערטער מקדש השם גיווען אין צווישען דיא גרעסטע גילערנטע דיא ניט יודען זענין גיוועהן האב איך פארטהיידיגט אונזער גלויבע אין פארהייליגט אונזער תורה ווייל איעדער אות אין בא מיר טיי­ערער פין אבנים טובות אין גראדע דער פאר האב איך מעהר עהרע גיהאט ביי דיא אומות העולם אין ווייל איך האב מיט דיא נאבילסטע מוזיקאנטען מיטגיארבייט האב איך גיהאט דיא עהרע אונטער דיא גרעסטע געזעלשאפטען צי קימען אין זייערע דיסקו־ ציאנען אויסציהערען אין דארום ווייל מען האט מיינע ברידער אין זייער דיסקוציאן טיטולירט מיט דעם שענדליכען נאהמען , סטרעאין באגאבאנד האט מיך דאס זעהר גיערגירט אין מיין לעבען פערביטטערט. אזעלכע עדלע קינדער וואס זייא זענין, פין אורעלטערן גיבוירענע אין דיא לענדער רומעניען אין האבין אויך גרונד, הייזער וויינגערטנער שטיקלעך מאשיעס וואס איז זייא גע־ בליבען פין זייערע עלטערן פין הונדערטער יאהרען אין האבען אויף שטודירט אין דיא רומענישע שׁוֹהלען אין האבין זייער שטו־ דיאום מיט איין גרויסען סוקטשׁעס דורכגעפיהרט אין צום סוף האט ער גיהייסען סטרעאין באגאבאנד, ווארום, דאמיט ער זאל זיין עקסיסטענץ ניט קענין פארדינען אין רומעניען. שפעטער אין דיא יאהרען 1856-57 ווען דיא פריצישע ציגיינער זענין בעפרייעט גיווארין פין זייער שקלאוועריי אין זענין הייסע רומענער גיווארען.