Druckschrift 
Seyfer zikhroynes̀ : oder, Biografishe beshraybung fin di alṭe layṭ ṿos zenin oyfgenemen geṿoren in Buḳaresṭer azil (bate maḥseh li-zeḳenim) fom yahre 1880 biz ende des yahres 1890 / me-et Yaʿaḳov Pesantir ; des seyfer werd ridikirṭ le-koved dem hisṭorishen farayn "Yulyus Barash" tsu Buḳareshṭספר זכרונות : אדער, ביאגראפישע בעשריבונג פין דיא אלטע לײט װאס זענין אױגענעמען געװארען אין בוקארעסטער אזיל (בתי מחסה לזקנים) פאם יאהרע 1880 ביז ענדע דעס יאהרעס 1890 / מאת יעקב פסנתר ; דאס ספר ווערד רידיקירט לכבוד דעס היסטארישען פעראיין "יוליאס באראש" צו בוקארעשט
Seite
144
Einzelbild herunterladen

-

144­

אין כדי מיך צי ערגערן אין מיר מיין לעבען צי פארביטערי, פלע־ גען זייא מיר זאגען דאס איין יוד האט נאר איין פיזיאגנאמיע פין איין מענשען אבער איין מענש איז ער ניט, דער יוד איז נאר וויא איין אף אקעגען איין מענש,

דיא אנטיסעמיטישע דיסקוציאנען האבען אין מיינעם הערצען גיברענט וויא איין העליש פייער, דיא צווייא מענשליכע כוחות דער כח הדמיון אין דער כח השכל דיא האבען איין גרויסע שלאכט געפיהרט אין מיינעם הערצען אזוי וויא צווייא בעל מלחמות אויף דעם קריעגספעלד, איעדער האט זיך מיט זיין פארשטעללונג פאר מיינע אויגען אנידערגישטעללט אין האט מיר איין וועג געוויזען, וויא ארים צי געהן איך זאלל קענין איין רפואה געפינען דאמיט איך זאלל קענין אבוואשען דעם שענדליכען פלעק וואס אויף מיינע ברידער איז ארויפגעווארפען. אין דיא לעהרע פין דעם כח השכל האט מיך אויף א גיטען וועג געבראכט אין איך האב בעשלאסען איינע ריעזיגע ארבייט צו אונטערנעהמען אין דאקומענטע צי זאמ־ מעלן דאמיט איך זאלל קענין איינע געשיכטע דער יודען אין רו־ מעניען שרייבען, איך האב דיא איניציאטיווע מיט שווערער מיהע אין מארטער ציזאממעגגעבראכט איך האב געמיזט מיין פרנסה שטערען אין מיין הויזגעזינד פארלאזען אין דער שטאט בוקארעשט אין אויף דעם לאנד ארים רייזען פין דארף צי דארף פין שטאט צי שטאט, איך האב אויף איעדען ארט דאס בית הקברות בעזוכט איך האב מיט מיינע פינגער אויסגיגראבען אלטע מצבות אין דאס וויכטיגסטע אבקאפירט אין אין מיינע ביכער געשריבען. יאהרענ־ ווייס בין איך נע ונד גיוועהן פין מיין היימאט, וויא איך האב גע־ טאגט האב איך ניט גינעכטיגט, זימער אין דיא גרויסע היצען אין ווינטער אין דיא גרעסטע קעלטען האב איך ניט געריהט אין בין ארימגעקראכען אין אללע לעכער, איך האב קיין רחמנות געהאט אויף מיין לעבען אין אויף מיין הויזגעזינד, איך האב קיין שטיצע געהאט פין קיין שום מענוֹייען. עס איז ניט דא אזוי פיעל טינט מיט אזוי פיעל פאפיער אז מען זאלל קענין בעשרייבען דיא גרייעל־ טהאטען אין אונגליקען וואס מיר זענין איבערגעגאנגען אויף דיא וועגען אין אויף מיין ווייב זלאטע מיט איהרע צווייא קינדער אין בוקארעשט, אין אז גאט האט מיר גיהאלפען אז איך האב שוין