Druckschrift 
Seyfer zikhroynes̀ : oder, Biografishe beshraybung fin di alṭe layṭ ṿos zenin oyfgenemen geṿoren in Buḳaresṭer azil (bate maḥseh li-zeḳenim) fom yahre 1880 biz ende des yahres 1890 / me-et Yaʿaḳov Pesantir ; des seyfer werd ridikirṭ le-koved dem hisṭorishen farayn "Yulyus Barash" tsu Buḳareshṭספר זכרונות : אדער, ביאגראפישע בעשריבונג פין דיא אלטע לײט װאס זענין אױגענעמען געװארען אין בוקארעסטער אזיל (בתי מחסה לזקנים) פאם יאהרע 1880 ביז ענדע דעס יאהרעס 1890 / מאת יעקב פסנתר ; דאס ספר ווערד רידיקירט לכבוד דעס היסטארישען פעראיין "יוליאס באראש" צו בוקארעשט
Seite
145
Einzelbild herunterladen

-

145­

אנגעזאממעלט מאטעריאל אין האב שוין ציזאממענגישטעלט מיין ספר דברי הימים" האב איך ערשט אנגיהויבען אויפס נייע פאר־ שווארצט צי ווערין אין ארים צי פאהרען פין שטאט צי שטאט אין צי שרייען גיוואלד אז מען זאל מיר העלפין צי דער דריק מיין מאנוסקריפט איז גילעגין וואכענווייס בייא דיא משכילי הדור, בין גאט האט דערוועקט דאס הארץ פין החכם המשכיל ראבינער אנטאן לוי, ער וואר דאמאלס פרעדיקאטאר אין טעמפעל פין העררן ניישאץ ער האט גירער מיט העררן גאלדנער ער זאל דאס דריקען אויף זיינע שפעזען אין דערנאך זאל איך דיא ביכער פארקויפען אין דיא דריקשפע־ זען באצאהלין. דאמאלס האב איך שוין אנגיהויבין צי געבּין כתב יד אין דער דרוק אריין אין הרב הגאון מוהר"ר ר' פייביל טויביש האט מיך זעהר שעהן מקרב גיווען אין האט מיר מוסר גיוועהן מעהרערע שאלות ותשובות אויסער דיא שו"ת וואס החכם המשכיל ר' אברהם כ"ץ האט מיר איבערגיגעבין אין פיאטרא אים יאהרע 1869, דיא אלע גרויסע ספרים האב איך נאר געפינען אין יאססי ביי הרב ר' פייביל טויביש, איך פעג אלע טאג קימען צים רבינס טיש אין לערנין דיא שו"ת אין האב זייא באצייכענט אין מיין ספר דברי הימים לארצות רומעניע. אים יאהרע 1871 אין מיין ספר פערטיג גיווארין האב איך ערשט געמייזט ארים רייזען אויף דעם לאנד דיא ביכער פארקויפען איך זאל קענין דיא דריקשפעזען בעצאהלען, אין דער צייט האב איך שוין וויעדער גיזאמעלט דאקומענטע אין אויך טראדי­ציאנען פין אלטע לייט כדי איך זאל האבין מאטעריאל פאר דעם ? טען טהייל קורות היהודים ברומעניע, דאס איז געדריקט גיווארין אין סוף יאהר 1873. אים יאהר 1874 האב איך מיט דעם צווייטען בוּךְ אויך געמיזט ארימפאהרען אויף דעם לאנד, איך האב אויף דעם וועג קיין האניג גילעקט, נאר עס איז מיר שוין אסאך גרינגער גיווען וויא דיא ערשטע רייזע, ווייל דאס נאבלע פעראיין ציון האט מיך דאמאלס מקרב גיווען אין איהר מיטטע. איך בין דאמאלס אים יאהר 1874 אויפגינעמין גיווארין אין פעראיין ציון מיט דער הילף פין דיא נאבעלסטע פערזאנען וואס זענין דאמאלס גישטאנין אן דער שפיצע דעס פֿעראיינס אזוי וויא דיא העררן פיקסאט א אמעריקא־ נישער קאנסול צו בוקארעשט, דר. אדאלף שטערן אין זיין גאט־ זעליגער ברודער דר. לעאפאלד שטערן, אין דער גאטעליגער דר.

40