Druckschrift 
Seyfer zikhroynes̀ : oder, Biografishe beshraybung fin di alṭe layṭ ṿos zenin oyfgenemen geṿoren in Buḳaresṭer azil (bate maḥseh li-zeḳenim) fom yahre 1880 biz ende des yahres 1890 / me-et Yaʿaḳov Pesantir ; des seyfer werd ridikirṭ le-koved dem hisṭorishen farayn "Yulyus Barash" tsu Buḳareshṭספר זכרונות : אדער, ביאגראפישע בעשריבונג פין דיא אלטע לײט װאס זענין אױגענעמען געװארען אין בוקארעסטער אזיל (בתי מחסה לזקנים) פאם יאהרע 1880 ביז ענדע דעס יאהרעס 1890 / מאת יעקב פסנתר ; דאס ספר ווערד רידיקירט לכבוד דעס היסטארישען פעראיין "יוליאס באראש" צו בוקארעשט
Seite
146
Einzelbild herunterladen

ראזענטהאל וואר דאמאלס פרעזידענט דעס פעראיינעס ציון. איך מין אין דער עוויקייט דאנקבאר זיין דיא נאבלע מענשען וואס הא־ בין טהייל גינעמין אין מיין אויפנאהמע אין ציוֹן, ווייל איך האב זייער א גרויסע שטיצע גיהאט פין דעם פעראיין אויף דער רייזע אין דער מאלדוי.אין אנפאנג דעס יאהרעס 1875 בין אין אהיים גיקימען פין מיין רייזע האב איך מיך ווידער אנגאזשירט מיט איין מוזיק באנדע

אין אזוי האב איך מיר גיהאלטען מיין בני בית בכבוד גדול. אין דער צייט האט מיר פראפאנירט דר, הירש אז איך זאל א קורצע אויסצוג מאכען פין מיינע 2 ביכער אין ער וועט דאס אויף זיינע שפעזין דריקען לאזין אין דייטשער שפראכע, איך האב דאס ריכטיג גע־ טהון אין זייער שׁנעל דארינען גיארבייט, איך האב דיא וויכטיגסטע דא־ קומענטע פין מיינע צוויי ביכער ארויסגעשריבען אינ נאך מעהרערע נייע ארגומענטע ציגעזעצט אין האב איין עקסטרא בראשירע געבילדעט אין האב דאס טיטולירט מיט דעם נאמען מזכרת ציון צור עהרע דעס פעראיינס ציון, איך האב דיא צייט ניט פערווימט אין האבּ דאס מאנור סקריפט ארויפגיטראגין צום דר. הירש. ער וואר דאמאלס פרעזידענט דער דאטאציאנע דע וואדאווע שי ארפאניע פאן דעמזעלבען פעראיין. דאס מאנוסקריפט איז בא איהם גילעגין אייניגע טאגע אין ער האט מיר דאס ציריקגיגעבין מיט דיא ווערטער, וויר ברויכען עס ניט מעהר, זיא קענין דאמיט טוהן וואס זיא וואללען. איך בין אפילו אבּיסעל בּייז גע־ וועהן דאריבער, נאר וואס האב איך איהם גיקאנט טיהן. איינסטוויילען האב איך מיין כתב יד באהאלטען אויף איין גיט ארט דיא מייז זאללען דאס ניט אויפפרעסען. איך האב אפאר מאל דערצעהלט דעם גאט־ זעליגען דר. ראזענטהאל אין האב איהם גיפרעגט פאר וואס דער דר. הירש ערפילט ניט זיין מיסיאן וואס ער האט מיר פערשפראכען, פלעג ער מיר ענפערן, פילייכט האט ער שוין ארויסגינעמין איין פאר נאטיצען דערפין, נא צי וואס דארף מען נאך פארצעהרען געלד וועגען דריקען צי לאזען, עס קאן בלייבען אויף איין אנדערט מאל. איך האב בעשלא־ סען אין מיינע געדאנקען אן איך זאל דאס לאוין איבערזעצען אין דער דײטשען שפראכע אין דריקען אויף מיינע שפעזען אין איך האב דאס ריכטיג געטהון, אזוי וויא איך וועל דערפין שפעטער רעדין ביי דעם יאר 76, ווייל פין נון אן אין ווייטער ווערד אונזער ביאגראפיע פארשטעללין וויא איך האב טהייל גינעמין אין דער גרינדונג דעס פעראיינס בתי

-