Druckschrift 
Seyfer zikhroynes̀ : oder, Biografishe beshraybung fin di alṭe layṭ ṿos zenin oyfgenemen geṿoren in Buḳaresṭer azil (bate maḥseh li-zeḳenim) fom yahre 1880 biz ende des yahres 1890 / me-et Yaʿaḳov Pesantir ; des seyfer werd ridikirṭ le-koved dem hisṭorishen farayn "Yulyus Barash" tsu Buḳareshṭספר זכרונות : אדער, ביאגראפישע בעשריבונג פין דיא אלטע לײט װאס זענין אױגענעמען געװארען אין בוקארעסטער אזיל (בתי מחסה לזקנים) פאם יאהרע 1880 ביז ענדע דעס יאהרעס 1890 / מאת יעקב פסנתר ; דאס ספר ווערד רידיקירט לכבוד דעס היסטארישען פעראיין "יוליאס באראש" צו בוקארעשט
Seite
147
Einzelbild herunterladen

מחסה לזקנים אין וואס איך האב געלייסטעט דעם נאבלען פעראיין פין דעם ערשטען טאג דער גרינדונג ד, ה, פאם 5 יולי 1875 ביז אין דיא היינטיגע צייט וויא מיר געפינען זיך נאך יעצט אין אזיל. דאס וועט זייער אינטערעסאנט זיין פיר דיא שפעטערע זשענעראציאן, איינסטוויי־ לען ווירד אונזער ביאגראפיע גישלאסען. יעקב פסנתר יעצט געהן מיר איבער ציא דער גרינדונג דעס פעראיינס בתי מחסה לזקנים וואס איז אלץ אים יאהרע 75 געגרינדעט גיווארען.

בתי מחסה לזקנים

אבן פינה למזכרת נצח*)

צום עוויגען אנדענקען

דאס דער טאג 5 יולי 1875 מוש"ק פ' בלק תרל"ה לפ"ק וואר דער גרינדונגסטאג פין דעם פעראיין בתי מחסה לזקנים צים צוועק איין אזיל אין בוקארעשט אינ'ס לעבען צי רופען פיר אלטע מענשין וואס קענין זיך שוין זייער ברויט ניט פארדינען. אים יאהרע 1879 האט דאס פעראיין גיקויפט דאס פלאץ פין סטר. קאטיטא נו' 7 אויף וועלכען עס זענין הייטע גיבויעט דאס אזיל וויא אויך דיא שיהל וואס דיא גאטזעליגע פרוי טעמע צענט־ לער האט דורך איהר טעסטאַמענט געמאכט צום עוויגען אני דענקען לר' עזריאל באט.

דיא גרינדער פין דעם פעראיין בתי מחסה לזקנים זענין:

ר' אנשיל ריינשטיין

ליב יאנאוויטש

ר' יצחק מאירזאהן

מענדיל שטיינפעלד

אברהם משה איזראלאוויטש ישראל ראזענבערג

,. יעקב פסנתר( המחבר) , מרדכי ליפא לאנדוי

שבתי מאיר ב

משה קופפערמאן ע"ה

*( איך האב דעם אבן פינה אין דער שפיטצע פין דער געשיכטע בתי מחסה לוקנים" געשטעללט, דער ווערד אונזער מארמארשטיין זיין צום אייביגען אנדענקען ער ווערד ארומלויפען דיא גאנצע ערדקוגעל אין ווערד פארשטעללען דער וועלט אונזער גערעכטיגקייט, דענן דער וועלטסריכטער איז דיא געשיכטע, זיא ווערד דעם אמת קלאר ארויסווייזען, אזוי דיא יעניגע וואס האבין דעם אמתן גרונד ערשטיקט אין מיט אשע באדעקט וועלין יעצט מיט איינער שאנדפארבע אין דער עוויגקייט גישטעמפעלט ווערין.

המחבר.