-
- 148
מוסדות הבתים במעבה אדמה מונחים לא תואר למו מלב ועין נשכחים והבנינים אשר עליהן נשענים מחוץ מתראים ומתנאים לפי ענין הבנאים.
כן הראשונים הניחו אבן פינה למוסדות. כל דבר חכמת בינה,
והיו שתותיהם בעפר מתכסים, לא שם למו ואינם מתנשאים והאחרונים הבונים על היסודות ההם יתראו יתגאו ונקראים אנשי השם.
דער גרונד פין הייזער ליגט פארדעקט אין דער ערד ער איז ניט געפיצט אין ווערד פין איעדענס הערץ אין פין איעדען אויג פארגעסען אבער דיא הייזער וואס אויף דעם גרונד זענין גיבויעט ווערין פין דרויסען ארויסגיזעהן מיט זייער שעהן פארפיצונג לויט
דער ארכיטעקטור. אזוי אויך דיא ערשטע וואס זייא לייגען דעם גרונדשטיין צי איעדער גוטע אין רעכטשאפענע זאכע בלייבען דיא גרינדער אזוי וויא מיט אש פאר דעקט, ניט אמאל זייער נאמען ווערט דער־ מאנט, אין דיא שפעטערע ציגעקומענע וואס זייא בויען אויף דעם גרונד וואס דיא ערשטע האבען גילייגט, דיא ווערין אנגיזעהן מיט גדלות אין זיי ווערין גיריפען אנשי שם.( חכמה ומוסר פין הרב ר' מררכי ווייס
מאן חיות).
דיא בעל מלאכות האבין געגרינדעט דאס פעראיין בתי מחסה לזקנים, מיר האבין גיארבייט מיט אונזער בלוטיגען שוויים ביז מיר האבען צוזאמענגעבראכט 80 מיטגלידער לויטער בעל בתים פין דער מיטלער קלאסע אין מיר האבען זיך בעראטהען אן מיר זאלען ארייננעמין אנשי שם, דאקטורים, נגידים עשירים, אז זייא זאלין אונן העלפין צי דער זאכע. צי וואס נעמט מען דען אריין פאר־ מעגליכע מענשין אנשי שם, כדי זייא זאלין מיטהעלפין מאטעריאליש אבער אז דיא אנשי שם קימען אויף דעם בענקיל שעמט מען זיך גאר מיט דיא גרינדער אין מיט בעל מלאכות בעל בתים, וואס זייא האבין דיא אנשי שם גיזעצט אויף דעם בענקיל, דארום זאגט