Druckschrift 
Seyfer zikhroynes̀ : oder, Biografishe beshraybung fin di alṭe layṭ ṿos zenin oyfgenemen geṿoren in Buḳaresṭer azil (bate maḥseh li-zeḳenim) fom yahre 1880 biz ende des yahres 1890 / me-et Yaʿaḳov Pesantir ; des seyfer werd ridikirṭ le-koved dem hisṭorishen farayn "Yulyus Barash" tsu Buḳareshṭספר זכרונות : אדער, ביאגראפישע בעשריבונג פין דיא אלטע לײט װאס זענין אױגענעמען געװארען אין בוקארעסטער אזיל (בתי מחסה לזקנים) פאם יאהרע 1880 ביז ענדע דעס יאהרעס 1890 / מאת יעקב פסנתר ; דאס ספר ווערד רידיקירט לכבוד דעס היסטארישען פעראיין "יוליאס באראש" צו בוקארעשט
Seite
149
Einzelbild herunterladen

-

149­

דער מחבר פין דער מאטע אז דער גרונד וואס דיא ערשטע ליי­גען ווערט גאר פארגעסין דורך דיא אנשי שם וואס זייא בויען אויף דעם פרעמדען גרונד אין זייא באריהמען זיך מיט זייער בנין וואס זייא האבין גיבויעט אויף איין פרעמדען גרונד וואס זייא הא־

בין איהם ניט געגרינדעט כדי זייא זאלין הייסען אנשי שם יעצט אז עס ווערד געגרינדעט איין פעראיין ווערד באלד פובליצירט אין דיא צייטונגען אז דיא אין דיא מענשען האבין געגרינדעט דעם אין דעם פעראיין, ווייל דיא וועלט האט שוין איינגיזעהין דיא גרינדער פין בוקארעשטער אויל פֿיהרען שוין 8 יאהר קריעג מיט דעמזעל־ בען קאמיטע וואס זייא אליין האבין זייא גיזעצט אויף דעם בענקיל אין דער קריעג איז נור פיר דאס ענטדעקען דער גרינדער, אין דאס איז פובליצירט גיווארין אין אלע צייטונגען, אין דאס האט יעדער אין אכט גינעמין אז עס זאל ניט קימען צי אוי איין קריעג. ווען מיר פובליצירען דעם ערשטען פראצעס ווערבאל וואלטען מיר אויך דערצי ניט גיוועהן גיקימען, נאר מיר האבען דעמאלס נאך קיין מאדעל גיהאט. מען זאל זעהן דעם אפעל וואס דר. סענדער האט ארויסגיגעבין איבער דער גרינדונג פין בתי מושב זקנים אין ירושלים דער אפעל איז אונטערגעשריבען פין איהם מיט דיא ווערטער: דער גרינדער אין פארשטעהער פין דיים מושב זקנים אין ירושלים. איינער האט איהם גיגעבין 800 פראנק האט ער איהם נאר איין דאנק גיגעבין אבער ניט נרינדער, אין אפילו אז איינער וועט געבין 30.000 פראנק וועט ער אויך קיין גרינדער הייסען. אז באראן הירש שענקט אויף דער אליאנצע אין פאריז מיליאנען פראנק הייסט ער נאך ניט גרינדער, אז חנה יענטא האט גישענקט 500 רענדליך וועגען דער ערשטער בויא, דאנקען מיר איהר דער פאר אין אזוי מיר גרינדער געבען אונזער דאנק איעדען וואס ער האט מיטגע־ האלפען. דא איז קיין פלאץ מעהר דערפין צי שרייבען, ווייטער

אין דער ביאגראפיע ווערד דאס גענוי ערקלערט ווערין. וואס דר. סנדער האט ארויסגיגעבין פיר מושב זקנים אין ירושלים זאל מען זעהן אין היועץ נומער 1112 פין ה' ניסן תרמ"ט. צווייא אלטע גיטע פריינדע האב איך דאמאלס גיהאט אים פעראיין ציון, נעמליך ר' ליב יאנאוויטש אין ר' אנשיל ריינשטיין ווען מיר פלעגין זיך צוזאממענקיממען האבין מיר גירער נאר פין