Druckschrift 
Seyfer zikhroynes̀ : oder, Biografishe beshraybung fin di alṭe layṭ ṿos zenin oyfgenemen geṿoren in Buḳaresṭer azil (bate maḥseh li-zeḳenim) fom yahre 1880 biz ende des yahres 1890 / me-et Yaʿaḳov Pesantir ; des seyfer werd ridikirṭ le-koved dem hisṭorishen farayn "Yulyus Barash" tsu Buḳareshṭספר זכרונות : אדער, ביאגראפישע בעשריבונג פין דיא אלטע לײט װאס זענין אױגענעמען געװארען אין בוקארעסטער אזיל (בתי מחסה לזקנים) פאם יאהרע 1880 ביז ענדע דעס יאהרעס 1890 / מאת יעקב פסנתר ; דאס ספר ווערד רידיקירט לכבוד דעס היסטארישען פעראיין "יוליאס באראש" צו בוקארעשט
Seite
150
Einzelbild herunterladen

-

150­

פעראיינען, ווייל אין יענער צייט פלעג זיך אלע טאג בויען איין אנדערער פעראיין. ר' אנשיל ריינשטיין איז דאמאלס גיוועהן פרע־ זידענט אין איין פעראיין אגודת אחים רודפי צדק. אין חודש מאי 75 באגעגין איך ר' אנשיל ריינשטיין נעבען מיין שטיב( סטראדא ספינצילאר) האבין מיר זיך צי w מיעסט פין פעראיינען, האב איך גיזאגט אז איך וויל אנטהייל נעמין אין זיין פעראיין וויא ער פרעד זידירט, איך וועל איינצאהלען אין וועל זיין איין מעמברא אקטיוו גלייך מיט אלע מיטגליעדער אזוי האט ר' אנשיל ריינשטיין מיר גיענפערט, ווארטען זיא נאך אייניגע טאגע איך וועל דעמיסיאנירען פין דעם פעראיין רודפי צדק ווייל עס גיפעלט מיר ניט אין מיר וועלין זיך פעראייניגען מיט ר' ליב יאנאוויטש אין מיר וועלין גריני דען איין פעראיין וועלכער וועט גאנץ נייא זיין, ווייל איך בין שוין אין פערהאנדלונג מיט א 7-6 מענשען וועט איהר אויך זיין צוויי שׁען אונז. וויא מיר האבין אזוי גירער געבין מיין טיהר זענין צי־ געקימען מיינע 2 שכנים ר' שבתי מאיר א פרויענשניידער אין ר' ישראל ראזענבערג א דרעקסלער אין האבן זיך אויך אנגעשלאסין אין אונזערע רייך אין זענין ציגעשטאנען צו אונזער בעשלוס. דאי מאלס האט ר' אנשיל גיזאגט: יעצט מיט דיא 2 זענין מיר שוין 9 מיטגליעדער, באגעגינט אייך מיט ר' ליב יאנאוויטש וועלין מיר איין זיצונג אבהאלטען אין מיר וועלין זיך בעראטהען וואס צי טוהן אין. עס איז אוועק גיגאנגין אייניגע טאגע האב איך מיך באגעגינט מיט ר' ליב יאנאוויטש האט ער גיזאגט וואס איז צי טהון, מיר זענין אלע בעל מלאכות. מיר האבין קיין צייט זיך אבציגעבין מיט דער ארבייט, טיהט איהר דאס שליחות אין רופט ציןאממען דיא עטליכע מיטגליעדער אין ריפט ר' אברהם משה איזראלאוויטש אוֹיךְ, חאטשי ר' אנשיל ריינשטיין איז נישט צופריעדען מיט איהם נאר ווייל עס פעהלט אונז נאך איין מענש צים מנין לאז ער זיין דער צעהנטער. איך האב איינגיזעהן אז דיא מענשען קענען נאך יעצט גאר נישט טיהן, אזוי וועל איך אנפאנגען עטוואס צו טוהן איך בין גיגאנגין צי ר' אנשיל ריינשטיין אין מיר האבין זיך ביידע איינפערשטאנדען אז מיר זאלין איין זיטצונג ציזאסמענריפען אויף שבת פרשת בלק( 5 יולי 75), איך בין באלד אהיים גיגאנגין אין האב גימאכט א קליינע בילעטין אין האב אזוי געשריבען:()