Druckschrift 
Seyfer zikhroynes̀ : oder, Biografishe beshraybung fin di alṭe layṭ ṿos zenin oyfgenemen geṿoren in Buḳaresṭer azil (bate maḥseh li-zeḳenim) fom yahre 1880 biz ende des yahres 1890 / me-et Yaʿaḳov Pesantir ; des seyfer werd ridikirṭ le-koved dem hisṭorishen farayn "Yulyus Barash" tsu Buḳareshṭספר זכרונות : אדער, ביאגראפישע בעשריבונג פין דיא אלטע לײט װאס זענין אױגענעמען געװארען אין בוקארעסטער אזיל (בתי מחסה לזקנים) פאם יאהרע 1880 ביז ענדע דעס יאהרעס 1890 / מאת יעקב פסנתר ; דאס ספר ווערד רידיקירט לכבוד דעס היסטארישען פעראיין "יוליאס באראש" צו בוקארעשט
Seite
151
Einzelbild herunterladen

וויר ביטטען, זיא זאלין אזוי גיט זיין אין קימען שבת פאר נאכט צי ר' אנשיל ריינשטיין אהיים

אונטערשריפט

דאס פראוויזארישע קאמיטע איך האב ציפלייס אונטערגעשריבען איין פראוויזארישׁ קאמיטע וועהרענד עס איז נאך גאר ניט גיוועהן, כדי איעדער זאלל קימען

צי דער זיצונג.

איך האב מיט דיא איינלאדונגס־קארטען זעהר גיט גיטראפין, מיר זענין זיך אלע צעהן מענשען צוזאממענגעקיממען מוצאי שבת צי מעריב בא ר' אנשיל ריינשטיין, אין דאס זענין דיא 10 מענשען

וואס זענין אויבען אין אבן פינה אויסגירעבינט.

ר' אנשיל ריינשטיין האט אינז גישטעלט איין טיש אונטער דעם גאטויע בוים נעבען דער ברינע אין מיר האבען אנגעפאנגען אונזערע דיסקוציאנען אויף וועלכער ארט מיר זאלין דאס פעראיין גרינדען אין דעם בעשלוס וואס מיר האבין זיך דאמאלס פער­אברעדעט האט הערר יאנאוויטש באלד איין פראטשעס ווערבאל געשריבען אין דאס זענין דיא פרינציפאל- פונקטען. 0517 דאס פעראיין זאל הייסען בתי מחסה לזקנים", אין איעדים מענש וואס וויל טהייל נעמין אין דעם פעראיין זאל געבין 2 פר. איינשרייבגעלד אין איין פראנק א חודש. דאס הייסט צוועלף פראנק

א יאהר,

אין איך האב מיך אבליגירט אז איך זאל ארים געהן פראי פאגאנדא מאכען אין מיטגליעדער אריין צי ברענגין אין אויך געלד איינציקאסירען ביז אין אונזער קאסע וועט זיין טויזענד פראנק. דע־ מאלס זאל מען ערשט צינעמין איין שמש מיט ליאפע. באלד הא־ בען מיר איעדער אנידער גילעגט זיינע צווייא פראנק אין דאס איז גיוועהן דער ערשטער פאנד פין 20 פראנק, מיר האבין דעם פאנד איינגעלעגט בא ר' אנשיל ריינשטיין. ער איז גיווען דער ערשטער קאסירער, ליב יאנאוויטש דער ערשטער סעקרעטער אין פסנתר דער ערשטער פראפאגאנדיסט אין איינקאסירער, מיר 3 מענשען האבין געפיהרט דיא אינטערעססען דעס פעראיינס, ווייל דיא אני דערע זענין ניט פעהיג גיווען דערצי, אין איעדער האט זיך פאר־ טרויעט אויף מיין ארבייט. דאמאלס האב איך גיזאגט מיינע ליעבּע ברידער איעדער זאל געהן צי זיין ארבייט אין צי זיין מלאכה אין