152
זאל בעזארגען זיין הויזגעזינד, אין ווייל מיין מלאכה איז נאר בא נאכט דארום האב איך דען גאנצין טאג צייט צי זארגען פאר דעם פעראיין, אין איך האב דאס עהרליך מקיים גיוועהן. דעם ערשטען טאג זינטאג בין איך ארויסגיגאנגין אויף דער גאס אין האב אנגע־ הויבען ארימציגעהן צי מיינע בעקאנטע גיטע פריינד. איך בין גע־ קימען צי ר' שמואל רויזען אין דערצעהל איהם, אז מיר האבען נעכטין געגרינדעט איין פעראיין בתי מחסה לזקנים נאר פיר אלטע לייט זייא זאלען דארט זייער עלטער ציברענגען, שטײט צי צי אונז זיא האבען נאר איינציצאהלען 2 פראנק איינשרייבגעלד אין איין פראנק א חודש קאטיזאציאן. אין דיא מענער וואס וועלן זיך צי מיר איינשרייבען וועלין הייסען דיא ערשטע פונדאטארען אין דיא וועלין גיצעהלט ווערין בין 36 מיטגליעדער אין דיעזע ווארטען האב איך מיט פלייס גיזאגט כדי מען זאל מיך ניט רעפוןירען. מיינע גוטע פריינדע האבין מיך ניט רעפוזירט אין האבין זיך צי־ געשריבען. אזוי פלעג איך אלע טאג ארימגעהן אין וועמין איך האב גיקענט האב איך ציגעצויגען אין איינגעשריבען. איעדער מיטגליעד פין דיא צעהן מענשען האבין אויך מיטגיארבייט. פאר נאכט אז זייא האבען אוועק גילעגט דיא מלאכה זענין זייא גיגאנגין אין גאס אריין אין האבין גיווערביוויט מיטגליעדער. אכלל ביז אין א קורצע צייט האבען מיר ציזאממענגישלעפט עטליכע דרייסיג מיטגליעדער דעמאלס האבין מיר שוין גיוועהלט איין פראוויזאריש קאמיטעט. ר' אנשיל ריינשטיין פרעזידענט, ר' וואלף שטערן סעקרעטער' ר' יוסיל קראיאווער קאסיער, יעקב פסנתר איינקאסירער. דיא פיער מענשען האבין געפיהרט דיא אינטערעססען דעס פעראיינס ביז אין יאהר 1876 אין איעדער האט פראפאגאנדא געמאכט אין ציגע־ שלעפט מיטגליעדער, אז ביז אין יאהר 76 האבין מיר גיצעהלט 80 מיטגליעדער, דעמאלס האבין מיר זיך בעראטהען אז מיר זאלין וועהלען איין קאמיטע דעפיניטיף אין מאואט יענער 76 איז גיוועהלט גיווארין דר. בלומענפעלד אלס פרעזידענט, לואי הירשׁ וּוֹיצעפרע־ זידענט, ר' אברהם גארפונקעל קאסירער. ר' נפתלי פאפער סעק־ רעטער ר' אברהם שלומאוויטש קאנטראלאר, יעקב פסנתר. איינקא־
סירער חנם אין כסף, מעמברעס זענין גיוועהן דיא גיוועהלטע ר'
וואלף מיכאלאוויטש, ר' יאסיל קראיאווער, ר אנשיל ריינשטין,