Druckschrift 
Seyfer zikhroynes̀ : oder, Biografishe beshraybung fin di alṭe layṭ ṿos zenin oyfgenemen geṿoren in Buḳaresṭer azil (bate maḥseh li-zeḳenim) fom yahre 1880 biz ende des yahres 1890 / me-et Yaʿaḳov Pesantir ; des seyfer werd ridikirṭ le-koved dem hisṭorishen farayn "Yulyus Barash" tsu Buḳareshṭספר זכרונות : אדער, ביאגראפישע בעשריבונג פין דיא אלטע לײט װאס זענין אױגענעמען געװארען אין בוקארעסטער אזיל (בתי מחסה לזקנים) פאם יאהרע 1880 ביז ענדע דעס יאהרעס 1890 / מאת יעקב פסנתר ; דאס ספר ווערד רידיקירט לכבוד דעס היסטארישען פעראיין "יוליאס באראש" צו בוקארעשט
Seite
153
Einzelbild herunterladen

ר' אברהם משה, ר' ליב יאנאוויטש. ר' שמואל רויזען, ר' משה שפילמאו, ר' יוסף וועקסלער.

אלס אין דער צייט אין אנפאנגס יענער 76 איז געגרינדעט געווארען אין בוקארעשט דיא צווייטע ציון לאזשע, זיא האט גע־ פירט דעם נאמען לומינא דעמאלס האב איך געפינען דיא גע־ לעגענהייט אז איך זאל אוועק לעגען מיין מלאכה אין זאל שוין לעבען נאר צווישען יודען אזוי וויא איך האב מיך פיעל יאהרען געבעטען בא גאט אז אייניגע יאהרען פאר מיין טוֹיט זאל איך קענין אוועק לעגען מיין מלאכה אין איך זאל מיך קענין גענעה־ | רען נאר צווישען יודען. אזוי מיינע ליעבע לעזער ציא דעם גע־ בעט איז דיא שוהלע לאמינא באשאפען געווארען, אז מיין וואונש זאל ערפילט ווערין אין איך זאל קענין מיינע ענדע יאהרען אבי לעבען נאר צווישען יודען אזוי האב איך מיין מלאכה אוועק גע־ לעגט אויף אוייט אין בין איינגעטרעטען אלס דיענער( שמש) אין דער שוהלע לומינא.

אללע דיא נאבעלסטען פאמיליענפעטער פין בוקארעשט הא־ בען טהייל גענעמען אין דער שוהלע לאמינא. מען האט מיר אויך זייער איין שעהנעם סאלאר מאנאטליך געשטעלט אין אויך אנדערע איינקינפֿטע וואס איך האב געהאט פיך דעם פעראיין איך האב דיא מלאכה שוין מעהר ניט געדארפט באניצען, מען האט מיך זייער שעהן אונד ארינטליך בעהאנדעלט אזוי גאר דר. בלו־ מענפעלד האט מיך ברידערליך בעטראכטעט.

דאמאלס האב איך ערשט איין גרויסען קאראוּשׁ באקימען פארטצוזעטצען מיין אקטיווע ארבייט פיר בתי מחסה לזקנים איך האב געקבּצינט געלד פין אללע זייטען אן אין איין צייט פין 8 חדשים האב איך צוזאמען געבראכט מיין אבליגירטע סוממע פאן טויזענד פראנק אין אינזער קאסע. דאמאלס האב איך געזאגט: מיינע ברידער יעצט האב איך פארפילט מיין שולדיגקייט צי איני זער פעראיין בתי מחסה לזקנים, איך האב מיינע קאטיזאציאן אייני געצאהלט גלייך מיט אייך, איך האב דיא טויזענד פראנק אין איני זער קאסע צוזאמען געבראכט. פין יעצט אהן אין ווייטער זאל שוין איין אנדערעס מיטגליעד געהען איינקאסירען ווייל צי צאהלען

איין שמש ער זאל געהען איינקאסירען קען מען נאך ניט.