-
- 156
דא בייא דער זיטצונג האב איך ציגעזעהען דעם ערשטען שׁווינדעל וואס מען איז באגאנגען אקעגען דיא ערשטע גרינדער דעס אזילס. מען האט ערנאנט נאר 3 הויפטגרינדער אין מען האט ציגעריקט אברהם משה צי דיא 2 וועהרענד ער אין ציגעריפען געווארען דער.10 ווען ר' ליב יאנאוויטש הייסט מיר איהם ניט ריפֿען וואלט ער אפילו אינטער דיא ערשטען 10 ניט גערעכינט געוועהין אין איך בין דאך יאה געוועהין דער ערשטער ארבייטער אינטער דיא גריני דער אין איינער פון דעם ערשטען פראוויזארישען קאמיטעט אזוי וויא מיינע ליעבע לעזער וועלין זעהען וווייטער אין אללע דאקו־ מענטע. איך האב אויף דעם ניט געוואלט פראטעסטירען, איך האב מיר געטראכט עס וועט שפעטער אין פנקס איינגעטראגען ווערין איך האב מיך פארלאזט אויף זייער ישרנות אין איך האב מיך דאס מעהרסטע פערטרויעט אויף דעם דר. בלומענפעלד איך האב געגלויבט אן זייא וועלין זעהין מיינע אקטיווע ארבייט וועלין זייא מיך געוויס שעצען אין מען וועט מיין פעלץ געוויס קיין אנדערן אוועק געבען. איך האב מיר פארטגעזעצט מיין אר־ בייט אין האב אהן געהויבען ארים צי געהין איינקאסירען. דיא קלענערע סוממען האב איך איבערגעגעבען יאזעף וועקסלער, אונד דיא גרעסערע סוממען האב איך איבער געגעבען ר' אברהם גאר־ פונקעל.
דאס איינקאסירען האט אבער ניט לאנג געקענט דויערן נאר איין פאר מאנאט ווייל דיא צייט האט אהן געהויבען טולבער צי ווערין אין דער רוסיש־ טירקישע קריעג האט אנגעפאנגען איין גרויסען לערס צי שלאגען אין דיא וועלט איז צימישט געווארען איז דיא איינצאהלונג זעהר שוואך ציגעגאנגען. איך האב איינגע־ זעהען אז איך מיז דאס איינקאסירען אויף אייניגע צייטען אבלאזין אזוי האב איך געשריעבען איינע דימיסיע אין האב זייא געגעבען דעם דר. בלומענפעלד אין דיא הענד אריין, אין אזוי האב איך געשריעבען: איך דימיסיאניר פין איינקאסירען, נאר אינזער פער־ איין בתי מחסה לזקנים וועל איך דינין ביז אין לעצטען טראפען
בליט
אין איין פאר וואכען ארים באגעגען איך דען דר. בלומענד פעלד זאגט ער צו מיר, הערר פסנתר ריפען זיא צו מיר דאס קא־