<-157->
מיטעט אויף דען 9 מאי וועלין מיר איין זיטצונג אבהאלטען: אין איך האב אייניגע מיטגליעדער צוזאממענגעבראכט אין מען האט איינע שעהנע זיטצונג אבגעהאלטען. אין דעם פראצעס נומיר 4 פין.9 מאי 76 ערקלערט דר. בלומענפעלד אז מיט דער מאי דאמע רויזענצוויין איז נאך גאר ניט צי טאהן. ר' וואלף מיכאלאוויטש זאגט אז ער האט געשפראכען מיט דער מאדאמע ראזענצווייג אין זיא האט פארשפראכען צי געבען דיא 500 רענדליך אז מען וועט איין פלאטץ קויפען.(*)
ר' יוסף וועקסלער לעגט פאר דיא רעכנונג דעם העררן א. גארפונקעל פין איין קליינער סומע. הערר שלומאוויטש ברענגט איינע אנמערקונג איבער דיא סטאטוטען. בא דער זיטצונג האב איך ערקלערט אז איך וועל אללעס טוהן לטובת הפעראיין. איך וועל אויך צי ביסליך געהין איינקאי סירען, נאר אבליגירט דערצי ווילל איך ניט זיין. אין אזוי האבען מיר דאס פעראיין דאנן אונד וואנן אויפגעמינטערט. אין מאנאט
יוני האבען מיר וויעדער איינע זיטצונג צוזאממענגעבראכט. אין דעם פראצעס ווערבאל נומיר 5 פין.27 יוני 76 ווערט גע־ שפראכען איבער דיא סטאטוטען אין עס ווערט געשלאסען דורך
דעם פרעזידענטען אין וויצע־פרעזידענטען צי ארדאנירען. פראצעס ווערפאל נומיר 6 פאן.14 נאוועמבער 76 דא ווערט פארגעלעגט דיא סטאטוטען יודיש אונד וואלאביש אין דיא אויסגאבע וואס דיא דרוקסארטען קאסטען אין עס זאלל פארקויפט ווערין 25 סאנטים אשטיק אין עס ווערט באשלאסען אז מען זאלל דעם ערשטען פראצעס ווערבאל דריקען לאזען אין אויך אין דעם מאנאט יענער 77 איינע גענעראלפערזאממלונג
מאכען. אין אזוי האב איך צי געבראכט מיט גרויסער מיהע אין שוויריגקייט דאס יאהר 76 איך האב נאך איין ועניג איינקאסירט ביז אין ענדע דעס יאהרעס 76. דער רוסישער קריעג האט אבער איינגעטראפען דיא וועלט איז גאנץ פארמישט געווארין. אין חודש (*) ביז מען האט ניט געקויפט דאס פלאטץ האט דיא מאדאמע ראזענצווייג, קיין קרייצער
געוואלט געבען אזוי וויא מען וועט זעהין אין דיא פראצעסע ווערבאלע ביז אין יאהר 79.
1