– 159 –
G
אזוי וויא הערר פסנתר זאגט אז הערר גארפונקעל וויל מעהר דאס געלד ניט האלטען בייא זיך, בין איך בייא דער מיינונג וויא הערר – פסנתר, אז מען זאל דאס געלד איבערגעבען ביז צי דער גענעראל־פערזאמלונג צי ויעלוויל מיכאלאוויטש.
אנשל ריינשטיין. ב-
אברהם שלומאוויטש, איך בין אויך בייא דער מיינונג נפתלי פאפפער, איךְ שטימע דערצי- ליב יאנאוויטש, נאר מיכאי לאוויטש זאלל זיין קאסירער- שמואל רויזען, איך בין דערבייא משה שפילמאן, מיר געפעלט דאס אויך יוסף סאלמא־
נאוויטש, איך געבע דאס אויך צי דאס באשטימונג פין דיא העררן נעהם איך אהן פראוויזארישׁ נאר ביז מען וועט וועהלען איין קאסיער.
וואלף מיכאלאוויטש. אלע מיטגליעדער האבען מיר זייער שטימע צי געגעבען נאר
ר' אברהם משה אין ניט באשטאנין דערצי ווייל ער האט געוואלט אן יאזעף וועקסלער זאל זיין קאסירער דארום איז זיין חתימה
נישטא דא.
איך האב ניט געשפארט מיינע פיס אין בין געלאפען פאן איינעם צום אנדערן אונטערשרייבען מיין פראיעקט אום כדי דאס פעראיין זאל ניט פאלען איך האב ח'ו קיין געלד דאפיר גענעהמען. אין ווער עס וויל זעהען זיין נאמען אריגינאל אויף דעם אלטען דאקומענט זאל ער זיך אדרעסירען צו מיר וועל איך איהם באלד צייגען. יעקב פסנתר.
ר' אברהם גארפונקעל האט פונקציאנירט אלס קאסיער 12 מאנאט פין יענער 76 ביז דעצעמבער 76. דעמאלס האט ער איבער געגעבען דיא קאסע דעם פראוויזארישען קאסיער ר' וואלף מיכאי לאוויטש. דיא קאסע איז באשטאנין אויס 1156 פראנק אין וועקסיל, איינס אויף 6 רענדליך, איינס אויף 23 אלטע טאלער אין איינס אױף 124 אלטע טאלער. דאס יאהר 77 איז ניט גליקליך איינגעטרעטען בייא אינז אין בוקארעשט. דיא רוסען האבען באלאגערט דיא דאנויא. דאס שרעקליכע דאננערן פין דיא רוסישע קאנאנען האבען זיך געלאזט