160
הערין. דיא טירקישע קאנאנען האבען אויך ניט געשוויגען אין הא־ בען געענפערט מיט עזות. דיא וועלט האט אהן געהויבען צי נע־ הען זעק זייא זאלען דאס רוסישע געלד אריין שארין. וועמין איז דעמאלס אין זינין געוועהין דאס פעראיין בתי מחסה לזקנים. מיט דעם אלימען האב איך ניט פארגעסין אין מיין פליכט אין בין ארויף געגאנגען צים דר. אין האב איהם געפרעגט וואס איז צי טאהן? זאגט ער מיר וועלין איינע זיטצונג צוזאמענריפען אין מיר וועלין זיך באראטען וואס צי טאהן אין. אין חודש פעבער דיעזעס יאהרס האב איך ריכטיג אייניגע מיטגליעדער צוזאממענגעבראכט אין מען האט איין זיטצונג אבגעהאלטען. בייא דער זיטצונג ער־ קלערט דר. בלומענפעלד דיעזע ווארטע, אין אזוי זאגט ער: דיעזעס מיינע העררען איז דער אינהאלט. דאס פראטאקאל וועלכעס אין דיא זיטצונגען דעם פערפלאסענען יאהרעס נאטירט ווארדע. דער קאסיער ר' אברהם גארפונקעל האט אי- לויפע דעס פערגאנגענען יאהרעס דימיסיאנירט, אזוי ווארדע ר' וואלף מיכא־ לאוויטש אלס פראוויזארישער קאסיער ערנאנט הערר יעקב פסנתר האט אויך שוין דאס פערגאנגענע יאהר דימיסיאנירט ער האט ערקלערט דאס ער מיט דעם אינקאססע דעם געלדעס פאן דען מיט־ גליעדערן זיך ניט מעהר בעפאסען קען, נאר מיטארבייטער מיט
אינז ביזאממען וועט ער איממער בלייבען.
נאך דער זיטצונג וואס מיר האבען אבגעהאלטען אין חודש פעבער 77 איז אינזער פעראיין בתי מחסה לזקנים אביסיל איינר געשלאפען ווייל דאס רוסישע מיליטער איז שוין איינגעטרעטען אין לאנד אריין איז דיא וועלט נאך מעהר צי מישט געווארען אין איך האב שוין זייער פיעל צי טאהן געהאט מיט דעם ציון פער־ איין עס האבען זיך אהן געהויבען צי בילדען קאמיטעטען אז מען זאל הילפע געבען דיא רומענער צו דעם טירקישען קריעג. מען האט געמאכט דיא צוזאממענקינפטע אין דער גרויסער סאלע בא־ ראשעאוּם פין דער קינדערשׁוֹהלע, אין ציונס קאמיטעט מיט זייער פרעזעדענט העררן אדאלף וויינבערג אן דער שפיצע האבען ארויס־ גיגעבין אפעללען אויף דעם גאנצען לאנד אן איעדער יוד זאל מיט־ שטייערן מיט וויא פיעל ער קען, אין ווער עס וויל זיך צו שרייר בען אלס וואלונטאר זאל זיך צי זייא מעלדען.