Druckschrift 
Seyfer zikhroynes̀ : oder, Biografishe beshraybung fin di alṭe layṭ ṿos zenin oyfgenemen geṿoren in Buḳaresṭer azil (bate maḥseh li-zeḳenim) fom yahre 1880 biz ende des yahres 1890 / me-et Yaʿaḳov Pesantir ; des seyfer werd ridikirṭ le-koved dem hisṭorishen farayn "Yulyus Barash" tsu Buḳareshṭספר זכרונות : אדער, ביאגראפישע בעשריבונג פין דיא אלטע לײט װאס זענין אױגענעמען געװארען אין בוקארעסטער אזיל (בתי מחסה לזקנים) פאם יאהרע 1880 ביז ענדע דעס יאהרעס 1890 / מאת יעקב פסנתר ; דאס ספר ווערד רידיקירט לכבוד דעס היסטארישען פעראיין "יוליאס באראש" צו בוקארעשט
Seite
161
Einzelbild herunterladen

זז מען האט אנגעפאנגען צי זאמלין געלד מען זאל שטיצען דיא רימענער מיט געוועהר אין מיט בהמות מען האט צוזאמענגענע־ מען אלערלייא אפראנדיס וואס צי איין מלחמה געהער, עם האר בען זיך געבילדעט אויף דעם גאנצען לאנד דאמען קאמיטעטען וועגען אפראנדעס צוזאמען צו נעמען, דיא שפאניאלישע געמיינדע אין בוקארעשט האט אויך געבילדעט קאמיטעטען וועגען דעם צוועק. דאס יאסיער קאמיטעט האט געמאכט איין שפיטאל: אין טורנע מאגארעלע פון 20 בעטען, אינטער דער לייטונג פאן דיא געבריעדער אפאטהעקארס פריעדמאן. הערר גאלרענטהאל", אין יאסטי האט מנדר געוועהין זיין הויז פיר איין שפיטאהל פיר דיא רומענישע סאלדאטען. גאלאצער יודען האבען אבגעטהיילט 24 בעטען אין זייער שפיטאהל פיר דיא רומענער. ציונס. פעראיין הא בען געמאכט איינע אמבאלאנצע אין ציגעריכטעט צו דעם קריעג. דיא אמבאלאנצע איז באשטאנין אויס 5 גרויסע וועגען מיט צי 4 פערד, מען זאל פיהרען דיא רומענישע ראנירטע סאלדאטען מיט זייערע קארטען. עס איז געוועהין פארבערייטעט איינע שפיצעריע מיט אללע נויטווענדיקע מעדיקאמענטע.: ה 2 דאקטוירים, 1 דאקטאר אלעקסאנדער קאטשיא. מעדיק שעף, איין שפאניאלישער יוד געבוירען אין בוקארעשט, דער צוויי­טער דאקטאר. י. לעבעל, 14 סטודענטען וואס זייא האבין בא־ דיענט דיא אמבולאנץ: 1 דר. ערדרייך, 2 דר. יאסלאוויטש, 3 דר. טאכטין. 4 דר. וויינבערג,( ויאנא) 5 דר. וועסטפריד,. 6 דר. צאריך, 7 דר. יארכי, 8 מאריץ זייל שפיצער, 9 מאקס גאלדעני בערג, 10 יאזעף עמאנועל, 11 איגנאץ פרידמאן, 12 האסאן, גע־ שטארבען אין טורנו מאגורעלע. 13 באראש געשטאַרבּען נאך דעם קריעג. 14 דר. אזיעל, געשטארבען נאך דעם קריעג אין פלאיעשט. דיא 16 יודען, פוילישע אין שפאניאלען גימישט, האבין באדיענט דיא אמבולאנץ 10 חדשים וויפיעל דער קריעג האט גידויערט זייא זענן אוועק געגאנגען צום קריעגספעלד 2 יוני 77 אין זענין ערשט צוריקגעקיממען אים אפריל 1878. דיא אונטערשטיצונג פין געוועהר. בהמות אין אמבולאנץ האט געקאסט, אפראקסימאטיוו איבער דיא הונדערט טויזענד פראנק. אחוץ דיא אמבולאנץ האט ציונס קאמיטעט אויסגעהאלטען אין טורנו מאגורעלע איין שפיטאל