--
162
פין 20 בעטען מיינע ליעבע לעזער זאללען זעהי, דיא אפיציעללע דאנקאדרעססע וואס דער דיוויזיאנסקאמאנדאנט האט געשיקט דעס ציונס־פרעזידענטען העררן אדאלף וויינבערג איז איין פערגני־ גען צו לעזען.
אויסער דיא יודישע שטודענטען וואס זענין גיוועהן בייא ציונ"ס אמבולאנץ האבען זיך צוגעשריבען מעהרערע יודישע סטודענטען צי דער אמבולאנץ פין דעם רויטען קרייץ, אין אנוארול פין 78 זענין זייא אללע אויסגערעכינט בייא דיא נעמין.
אין דעם טאן וואס דיא אמבולאנץ האבען געדארפט אוועק־ געהען צום קריעגספעלד האבען זייא דעפילירט פאר דעם קעניגס־ פאאר, דיא קעניגין איז געשטאנין אויף דיא טרעפ פין דעם מוזעאום אין דיא קאמיסיאן פין ציון מיט זייער פרעזידענט א. וויינבערג זענין געשטאנען אקעגען דער קעניגין אין הערר וויינבערג, האט מיט איהר געשפראכען אין האט פארגעשטעללט דיא אמבולאנץ. אין דעם מאמענט איז אנגעקיממען איין מיידיל פין 8 יאהר( קריסטין) מיט איין פעטיציע אין דיא הענד אין איז גיפאללען אויף דיא קניע פאר דער קעניגין אין האט אנגעפאנגען צו וויינען אין – האט גיזאגט זיא האט ניט קיין פאטער אין מוטער זיא האט ניט וויא איבערצוי נעכטיגען אין האט איהר דיא פעטיציע איבערגיגעבין אין איידער ד א קעניגין האט געענפערט האט הערר א. וויינבערג גיזאגט אז ער שענקט אויף דעם קינד 600 פראנק. איך בין גראדע דערבייא נעשטאנען. מען האט דאס קינד באלד אבגעפיהרט אין דער פרימאריע אריין מען זאל זיא דארט פארזארגען. דיא אמבולאנץ הא־ בען דיפילירט אין זענין אוועקגיגאנגין. אבער אונזערע יודליך האבין ניט געשוויגען אין עס האט אני גיהויבען צי שיטען אפראנדעס פון אלע זייטען כחול על שפת הים. פין דער מאלדאווע פין שטעט אין דערפער וויא עס האט זיך נאר איוד געפינען האט ער זיך גילאזט הערין מיט זיין צדקה. איין ארימע יודענע האט געהאט איין צווירען העמד האט זיא דאס אוועקגע־ געבין אפראנדע וועגן סקאמע פיר דיא ראניטע סאלדאטען. איך האב איינגיזעהין אז דאס איז איין וויכטיג אקטענשטיק פאר אונז יודען אויף דיא שפעטערע צייטען, דאס מיר יודען האבין באאיין קריטישער לאגע איין פאטריאטיש געפיהל געצייגט פאר דיא