-163
רומענער. איך האב דיא צייט ניט פארזוימט אין האב באלד אני געפאנגען צוזאממען ציקלויבען דיא אפראנדעס וויאפיעל איך האב געקענט ערפאהרען פין דיא מענשען וואס זייא האבין גיגעבין. אין אויסער דיא אפראנדעס האב איך אנגעפאנגען ארויסצישרייבען פין דיא צייטונגען, וויא פיעל גאזעטען עס זענין ערשיענען אין יענער צייט אללע טאג ווא אכישע, האב איך זייא אללע געלעזען אין ארויסגעשריבען דיא אפראנדעס, איעדעס מיט זיין דאטום אין מיט זיין צייט אין וואס פאר איינע אביעקטען אינדער האט גענעבען. איך האב איינע גרויסע מאססע ואטיצען פין אזוי איין גאטונג צור זאממענגעקליבען. אין איין קורצער צייט האב איך דאס אזוי ווייט געבראכט דאס דיא געסט פין דיא קאפענהייזער האבען אקעגען מיר פראטעסטירט אז דורך מיר קענין זייא קיין צייטונג לעזען, ווייל איך האלט דיא צייטונגען זעהר פיעלע שטונדען. אזוי האט מען מיר אבגעזאגט דאס לעזען.***
איך האב גיזעהין אן איך קען מיין וואונש ניט דורמזעצען אווי האב איך מיין פראיעקט פארגיגעבין אין ציון־פעראיין, דר. שטערן האט דאס אנגינעמין איני האט אויטאריזירט דר. עליאס שווארצי פעלד ער זאל דאס ענדיגען, איך האב זייא מיינע געזאממעלטע נאטיצען איבערגיגעבין וויא עס איז איבערגיגאנגין א קורצע צייט האב איך גיזעהין אז דיא ארבייט געהט שווער, מען טיהט גאר ניט, האב איך מיינע נאטיצען צוריקגינעמין אין האב זייא איבער־ גיגעבין ר' ישראל ראפאפארט, סעקרעטער דער אליאנצא איזראעליטע צו ביקארשט אין דער האט דאס שוין געענדיגט. וויא אזוי ער האט גיטאהן אין וואס ער האט גיטאהן ווייס איך ניט. עס האט מיך אפילו גענוג גיערגערט פאר וואס איך האב דאס ניט גיקאנט אליין אויספֿיהרען. דיא אפראנדעס וואס יודען האבין גע־ שענקט צו דעם קריעג איז אונמעגליך צו שרייבען, אז דיא רומע־ נישע צייטונגען האבין געשילדערט אויף דיא רייכע בּוֹלגארען וואס וואהנען אין רומעניען, זייא זענין אריבערגעקימען פין בולגאריען ארים אין אפינקיס אין האבין אין רומעניען געמאכט אגרויס פערמעגען אין צי דעם קריעג האבין גאר ווייניג ציגעהאלפין. נאר אבער וויא איך האב נאכגעזעהען אין דער צייט פון דעם קריעג האבען דיא בולגארען יא מיטגעהאלפען, מען איז ניט גישטאנין פין ווייטען מיט