Druckschrift 
Seyfer zikhroynes̀ : oder, Biografishe beshraybung fin di alṭe layṭ ṿos zenin oyfgenemen geṿoren in Buḳaresṭer azil (bate maḥseh li-zeḳenim) fom yahre 1880 biz ende des yahres 1890 / me-et Yaʿaḳov Pesantir ; des seyfer werd ridikirṭ le-koved dem hisṭorishen farayn "Yulyus Barash" tsu Buḳareshṭספר זכרונות : אדער, ביאגראפישע בעשריבונג פין דיא אלטע לײט װאס זענין אױגענעמען געװארען אין בוקארעסטער אזיל (בתי מחסה לזקנים) פאם יאהרע 1880 ביז ענדע דעס יאהרעס 1890 / מאת יעקב פסנתר ; דאס ספר ווערד רידיקירט לכבוד דעס היסטארישען פעראיין "יוליאס באראש" צו בוקארעשט
Seite
164
Einzelbild herunterladen

164­

דיא הענד פארלעגט, עס זענין זיך צוזאממענגעקיממען פין בולי גאריען, מאקעדאניען פין אללע זייטען פין דיא טירקישע פראווינר צען, אויך פין באסאראביען אין מען האט געמאכט איין ארמעע פין 24 טויזענד וואלענטארען פון אלערליי מיני נאציאנען אונטער דעם קאמאנדא פין גענעראל גורקא. אין צו דער ארמעע האבען דיא בולגארען מיטגעהאלפען. איך האב דאמאלס גירער מיט איי­ניגע פארמעגליכע בולגארען וואס איך האב מיך פאר זייא באריהמט מיט דער שטיצע פון יודען צו דעם רומעניש־טירקישען קריעג, האבען זייא מיר געזאגט אז פין דיא בולגארען ווערט געשטיצט דיא ארמען, וואלינטארען, אין איך האב זייא איבערצייגט אין דיא בלעטער אז יודען געהען אויך אויף דער קריעגספלאטץ מיט דעם געוועהר אין דיא הענד אין אפראנדעס אין געלד אין אביעקטען וועגען דעם קריעג איז עקסטיר. אין אזוי פלעג איך אללע טאג

האבען דיסקורסען מיט פערשיעדענע אנטיסעמיטען.=/ מיט דיא אפראנדעס בין איך שוין פערטיג גיווארין אבער מיט מיינע יודישע קראניקעס בין איך נאך ניט פערטיג געווארין. איך האב, פארשטאנין אז נאך דער שלאכט וועט קומען צי איין קאני פערענץ. וואס וועלין מיינע יודישע קראניקיס ווירקען אז מען קאן דעם זשארגאךניט פארשטעהען. איך מין יעצט לאזען איבערזעצין אין דייטשען מיין מאנוסקריפט וואס איך האב צוריקגינעמין פין דר. הירש, אין וועל דאס יעצט פובליצירען, דאמיט איעדער געבילדער טער מאנן זאלל דאס קענין לעזען, אפשר וועט דאס איין לעכט ברענגן צי. דער הילפע דער רומענישען יודען איך האב נישט פאר־ זוימט דיא צייט אין ה' אדאלף ווייצענבערג האט דאס איבערזעצט אין דייטשען אין איך האב דאט געדריקט מיט מיינע שפעזען אז ביז אין מאנאט נאוועמבער 77 אין דאס פערטיג ערשיענען. איך האב. דאס באלד צישיקט אויף גאנץ אייראפא אין אויך קיין אמע־ ריקא אין דיא חכמי הדור האבין אין דעם מוכרת ציון" גילעזין אין האבין געוויסט צו ענפערן דיא שונאי ישראל מיט גרינדליכע דאקומענטע- אז יודען זענין שוין לאנג גיזעסין אין- רומעניען נאך פריהער פאר דיא רעמער, ווען ט אינוס קעסאר האט אבגינעמען דיא לענדער דאטשיא אים יאהרע 106 נאך קריסטי האט ער שוין געפינען יודען. אויך אין דער רומענישער קאמער איז ציטירט גע־