- 165-
ווארין מיין מזכרת ציון, אווי וויא מיינע ליעבע לעזער וועללען דאס זעהען דייטליך אראפ ווייטער. אין יאהרע 79, דא איז קיין פלאטץ דערפֿין צו רעדען. אויך דר. בלונטשליא Dr. Bluntschli האט געשריבען איין בראשור Situatiunea juridică a Evreilor» “ in Romania האט ער גישעפט פין מיין- מזכרת בציון", ווארין איך האב אהין געשיקט קיין בערלין 50 שטיק עקסעמפלארע מען זאל פארטהיילען אן דיא פראפעסארען פון דיא אוניווערזיטעטען אין קורצען מיין מזכרת ציון- האט איין גרויסען איינדרוק גע־ מאכט אונטער דער געבילדעטער וועלט איך האב שוין אביסעל נחת רוח גיהאט או איך האב גיהערט פין מיין דייטשען בוך וויא עס קלינגט אויף דער וועלט. זה היה חלקי ועמלי אשר עמלתי
בו זה כמה שנים.
איין גרויס פערגניגען האב איך גיהאט אים יאהרע 78 מיט מיין , מזכרת ציון- ווייל עס האט פערטהיידיגט דיא יודענפֿראגע אין רומעניען. פון דער אנדערער זייט האב איך געהאט נרויסע יסורים פין דיא מיטגליעדער פין. בתי מחסה לזקנים- דיא וואס איך האב בייא זייא גינעמין געלד פיר דיעזען צוועק. זייא האבין מיך ניט גע־ לאזט דיא גאט דורכגעהען. זייא האבין מיך גיפֿרעגט: הערר פסנתר וואס טיהט איהר מיט אונזער געלד וואס איהר האט צוזאממען־ גינעמין. בין איך גילאפין צו ר' וואלף מיכאלאוויטש אין האב איהם גיפרעגט וואס טיהט מען. מען לאזט מיך ניט דיא גאס דורכגעהן האט ר' וואלף גיזאגט נעמט אייך דאס געלד בייא מיר צו איך קאן דאס ניט מעהר בייא מיר האלטען, אזוי בין איך גילאפין צו דר. בלומענפעלד אין האב איהם גיזאגט: דר. מען לאזט מיך ניט דיא גאס דורכגעהן אין מיכאלאוויטש ווילל דאס געלד ניט האל־ טען. עס וואלט גלייך גיווען אז דער הערר דר. אין מיכאלאוויטש זאלט אייך ביידע אפגעבין מיט דער מצוה אין קויפען איין קליין שטיקעלע – ערד אדער איהר זאלט אבלעגען בוימאטעריאל אויף דעם שפיטאלספלאטץ אין אזוי לאנגזאם וועלין מיר צי ווערקע געהען איהר דר. בלומענפעלד אין איהר ר' וואלף מיכאלאוויטש זאלט זאגין נגד ד' ונגד משיחו, איז דאס ניט אמת וואס איך שרייב דא אז איך האב ניט געריהט אין בין גילאפין 3 מאל אין טאג צו אייך אין פין אייך צום דר. אין האב אייך אויך ניט גילאוט ריהען אין