-
- 166
האב גיזאגט. טיהט אין גאט וועט אונו העלפין"). איך האב זייא ניט גילאזט ריהען ווייל איך האב איינגעזעהן אז דיא מלחמה איז שוין געשטילט גיווארין אינדער קימט אהיים אויף זיין ארט, דאס האט גידויערט אגאנצען זימער ביז דיא וועלט איז אביסעל רוהיג גיווארין**). נאך ימים טובים אין חודש נאוועמבער האב איך איין זיטצונג צוזאממענגעריפען. אין דער זיטצונג פין 2 נאוועמבר לויטעט דער פראטשעס ווערבאל, אז מען זאל קויפען איין קליין הייזיל מיט איין שטיקיל פלאטץ אין מען וועהלט אויס איינע קאמיססיאן פין 2 מענשען, ר' יוסיל סאלמאנאוויטש אין ר' וואלף מיכאלאוויטש אז דער מעקלער וועט געפינען אזוי איין פלאטץ מיט איין הייזיל זאלין זייא דאס זעהין אין צי דער קינפטיגער זיצונג איין ראפארט
ברענגען.
בייא דער 2 טער זיטצונג פין 18 נאוועמבער 78 ווערט איין רא־ פארט גיגעבין אז מען האט גיזעהין דאס הייזיל וואס דער מעקליר האט אנגעצייגט אין עס ווערט בעשלאססען אז מען זאל דאס הויז קויפען. אויך בא דער זיטטונג איז געשפראכען גיווארין אז מען זאל איין בריעף שרייבען צי דער מאדאם ראזענצווייג, אין מען זאל פין איהר פערלאגגען דיא קאנדיציאן וואס זיא פערלאנגט פון דעם קא־ מיטע פאר דעם וואס זיא וועט געבין דאס געלד וועגין דעם בּויא. דער ערשטער ענפער איז גיוועהן אז זא וועט קיין געלד געבין ביז מען וועט ניט איין פלאטץ קויפען.
אין אנפאנג דעס יאהרעס 79 האט מען גיקויפט דאס פלאטץ פין סטראדא קאטיטע נומער 7 פאר 2500 פראנק, דיא ברייט פון דעם פלאטץ צי דער גאס סטר, קאטיטע האט געהאלטען 25 מע־ טער דיא טיעפע אריין אינווייניג איז גיוועהן 34 מעטער אין אויף דעם פלאטץ איז גיוועהן איין אלט הייזיל אין ארים ביימער פין אלערליי פירות אזוי וויא איין גידעכט וואלד. אין דער קאססע אי: אבער ניט גיוועהן אזוי פיעל געלד צום בעצאהלען דאס פלאטץ.
*) איך וואלט גינעמין ר' גדליה ברייער פאר עדות ער זאל מיר אויך צי שטימען אז איך זאג א מת, נאר אבער ער איז פסול לעדות ווייל ער האט נאך דעמאלס ניט גחלומט דיא דרייא ווערטער בתי מחסה לזקנים אין ער וועט נאך דארט זיין איין משגיה איבער דיא אלטע נפשות וואס זייא וועלין זיך דארט זייער עלטער ציברענגין:
**) אין דער צייט איז אויך גיווען דער קאנגרעס אין בערלין אין איעדער יוד האט געהאפט אין האט ארויסגעקוקט אויף דער צייט אז ער זאל אויך באקומען א שטיקעל פרייע לופט אין רו־
- מעניען