Druckschrift 
Seyfer zikhroynes̀ : oder, Biografishe beshraybung fin di alṭe layṭ ṿos zenin oyfgenemen geṿoren in Buḳaresṭer azil (bate maḥseh li-zeḳenim) fom yahre 1880 biz ende des yahres 1890 / me-et Yaʿaḳov Pesantir ; des seyfer werd ridikirṭ le-koved dem hisṭorishen farayn "Yulyus Barash" tsu Buḳareshṭספר זכרונות : אדער, ביאגראפישע בעשריבונג פין דיא אלטע לײט װאס זענין אױגענעמען געװארען אין בוקארעסטער אזיל (בתי מחסה לזקנים) פאם יאהרע 1880 ביז ענדע דעס יאהרעס 1890 / מאת יעקב פסנתר ; דאס ספר ווערד רידיקירט לכבוד דעס היסטארישען פעראיין "יוליאס באראש" צו בוקארעשט
Seite
167
Einzelbild herunterladen

- 167-

1

אזוי האט מען בא דער זיטצונג פין 6 פעבער 79 בעשטיממט אז מען זאל געהן זאממלען געלד בדי מען זאל קענין בעצאהלען דאס שטיקיל פלאטץ אין אזוי איז אין דער ארדנונג געשטעלט גיווארין אן איעדען טאג זאלין געהן צווייא מענשען פון דעם קאמיטעט. איין טאג זאל געהן ר' יוסיל סאלמאנוויטש, קרייאווער מיט אברהם משה איזראעלאוויטש. ר' ליב יאנאוויטש מיט ר" אנשיל ריינשטיין רי וואלף מיכאלאוויטש מיט ר' שמואל רויזען. אויך האט מען גע־ בעטען העררן דר. בעק אז ער וועט איין רעדע האלטען זאל ער רעדען לטובת הפעראיין, אויך זאל מען דעם מעקלער צאהלען ווען דיא פאפירען וועלין ארויס פון דעם טריבונאל. גראדע דעם אנדערן טאג פין דער זיטצונג האט מען שוין אנגיהויבין צו געהין געלד זאמלין אללע טאג אנדערע צווייא מענשען. אין אייניגע טאגע האבין זייא ציזאממענגעבראכט איינע סומע פין 265 פראנק, מען זאל זעהין אין דער גאנצער ליסטע פין דיא מענשען וואס זייא האבין מיטגעשטייערט וועגען דעס פלאטץ צי בעצאהלען פיגורירען נאר 2 מענשין פון אונזער קאמיטע וואס האבין אויך מיטגעשטיי־ ערט מיט עטליכע פראנק, ר' שמואל רויזען מיט 10, ר' ליב יאר נאוויטש מיט 18 אין ר' גדליה ברייער, חאטשי ער איז דעמאלס ניט גיוועהן אין קאמיטעט פיגורירט ער אויך מיט 4 פר.( זעה אין ערשטען ראפארט פין יאהר 81) מען האט בעצאהלט דאס שטיקעל פלאטץ אין מען האט אנגעפאנגען צי האנדלען מיט דער מאדאם ראזעני צווייג זיא זאל געבין פאריס אז מען זאל בויען הייזער אויף דעם פלאטץ וואס מען האט גיקויפט אין אזוי האט מען אגאנצען וויני טער לאנגזאם ציגעארביט אין איך מיט זייא באזאמען. איך האב געטריי געדיעגט דעם פעראיין שלא על מנת לקבל פרס, איך האב אויך געמיינט אז מיין נאמען זאל אין פנקס דערמאנט ווערין צור גלייך מיט דיא ערשטע ארבייטער, איך האב ניט געוויסט אן דיא מענשען וואס מיר ערשטע גרינדער האבין זייא אריינגינעמין אין מיר האבין זייא דיא שווערד גיגעבין אין דיא הענד אריין דיזעלבע וועלין זיך מיט אונז שעמען אין וועלין אונז גענצליך פערשטויסען פין אונדער מיה אין פארלייקענין אונזער ארבייט כדי זייא זאללען אונזער פעלץ אויף זייערע שווארצע לייבער ארויפציהען. אין דיא צייטען איז אויך שוין גיוועהן נאך דעם קאנגרעם פין