-
- 168
בערלין אין דארט האט מען אביסעל בעפרייט יוֹדען אין מעהרערע לענדער אזוי וויא בולגאריען אין סערביען, נאר דיא רומענער האט מען געהאלטען במשכון דיא אינדעפענדענצע, מען וועט ניט אני ערקעננען דיא אינדעפענדענצע ביז מען וועט ניט געבין דיא יודען דיא פרייהייט. אזוי איז דיא רומענישע קאממער געצווינגען גיווען זען אז מען זאל ציזאממענריפען איינע קאנסטיטואנטע אז מען זאל דעם ארטיקעל 7 פין זייער קאנסטיטוציאן וועקסלען. דאס האט דיא רומענער נישט געשמעקט, האבען זייא געזיכט מיטטעל אויף וואס פאר איין ארט מען זאל דיא יודען עמאנציפירען. מען האט זייער שטארק געשילדערט אין דער קאמער אויף יוֹדען. מען זאל נאר, לעזען דיא אלע וואלאבישע צייטונגען פון דעם יאהר 79 וועט מען זעהין. אין וואס פאר איין לאגע יודען זענין דאמאלס גישטאנין, דיא קאממער האט געזאגט אז אללע יודען אויף איינמאהל צי געבּען דיא פרייהייט- קאנפינירט זייא ניט, ווייל יודען זענין זייער אסך, וואושע דענן איז צו טוהן, מען מיז געבין דיא פרייהייט נאר אזעלכע וואס זייא האבין זיך פארריענט אין האבין איין ווערטה דאצי. אויף דער ארט האט דאס מיניסטעריום אויסגעארביט איין פראיעקט מיט איין פראפאנירע אין דער קאממער אריין אין האט געצייגט איינע ליסטע וואס פאר איינע מענשען האבין דיא ווערטה אן מען זאל זייא געבין דיא פרייהייט אין דאס מיניסטעריום האט פערלאנגט אז דיא קאממער זאל דעם פראיעקט וואטירען. אין דער ליסטע איז פראפאנירט גיווארין 1084 מענשען וואס דיא קאממער זאל, וואטירען זייער פרייהייט. דיא מענשען וואס דיא רעגירונג האט פערלאנגט זייער פרייהייט איז גיטהיילט גיווארין אין 6 קאטעגאריען. אין איעדער קאטעגאריע האט אנגעצייגט דיא מענשען אין האט געזאגט פאר וואס עס קימט איהם דיא טשעטעצעניע אין
פאר וואס ער האט זיא פארדיענט, אזוי וועלין מיר דא נאר 2 קאטעגאריען פארשטעללען דיא ערשטע אין דיא לעצטע ווייל עס איז דא קיין פלאטץ פון אללע צו רעדין. של - דיא ערשטע קאטעגאריע האט פארגעשטעלט איינע ליסטע פין דיא אללען יורען וואס זענין גיוועהן אין דעם טירקישען קריעג דיא זאלל מען געבין דיא פרייהייט. דיא 6 טע האט פארגעשטעללט איין ליסטע בייא דיא נעהמען אללע דיא וואס האבן געשריעבען