Druckschrift 
Seyfer zikhroynes̀ : oder, Biografishe beshraybung fin di alṭe layṭ ṿos zenin oyfgenemen geṿoren in Buḳaresṭer azil (bate maḥseh li-zeḳenim) fom yahre 1880 biz ende des yahres 1890 / me-et Yaʿaḳov Pesantir ; des seyfer werd ridikirṭ le-koved dem hisṭorishen farayn "Yulyus Barash" tsu Buḳareshṭספר זכרונות : אדער, ביאגראפישע בעשריבונג פין דיא אלטע לײט װאס זענין אױגענעמען געװארען אין בוקארעסטער אזיל (בתי מחסה לזקנים) פאם יאהרע 1880 ביז ענדע דעס יאהרעס 1890 / מאת יעקב פסנתר ; דאס ספר ווערד רידיקירט לכבוד דעס היסטארישען פעראיין "יוליאס באראש" צו בוקארעשט
Seite
169
Einzelbild herunterladen

- 169­

ביכער. אונטער דיא בין איך אויך גיוועהן איינער, אין אז דיא 6 טע קאטעגאריע איז געקיממען אויף טאפעט אין דער קאמער פין 26 סעפטעמבער 79 וויא פארשטעהט איהר מיינע ליעבע רעזער, עס האט זיך א גרויס פייער אנגעצינדען אונטער דיא דעפוטירטע. א יעדער האט זיך זיינע געדאנקען אויסגעשפראכען איבער דיא 6 טע קאטעגאריע. איין דעפוטירטער האט גיגעבין צי פארשטעהן אז א־ זעלכע וואס האבן געשריבען ביכער אין פרעמדע שפראכען וואס מיר פארשטעהן ניט קען מען איהם ניט געבען דיא פרייהייט. אין דער ליסטע פיגורירט איינער יעקב פסנתר וואס ער האט גישריע־ בען ביכער אין פאלנישען זשארגאן וואס מיר פארשטעהן גאר ניט אין האט געשריבען א בוך מזכרת ציון" אין דייטשער שפראכע אז דער פראפעסאר דר. בלונטשלי*) זאל האבין פין וואנין צי שעפין אז ער זאל שרייבען דיא סיטואציאנע זשורידיקא א עוורעאילאר אין רומאניע", אזעלכען זאללען מיר געבין דיא פרייהייט? נאר דיא וואס זענין גיוועהן אין דעם טירקישען קריעג מיט אונזער מיליטער דיא זאלין עמאנציפירט ווערין אין אויף דער ארט איז דער גאנצער פראיעקט מיט דער ליסטע דורכגעפאללען, נאר דיא וואס זענין גיוועהן אין דעם טערקישען קריעג דיא אללע האבען בעקיממען אינדעזשינאט אין דיא אנדערע מיזען קימען מיט פער טיציעס אין פערלאנגען דיא פרייהייט. אין ניט נאר דר. בלונטשלי האט זיך בעדיענט מיט מיין מזכרת ציון, אוֹיךְ דיא דייטשע פרעסע האט זיך געהאט אויף וואס צי באזירען אין יענער צייט ווען דער מיניסטער קאמפינעאנו האט געשריעבען קיין אויסלאנד ציא זיינע אמבאסאדארען דאס דיא יודען אין רומעניען זענין פרעמדע ערשט צוֹגערייזטע פין הונדערט יאהר הער פריהער ווארען קיינע יודען אין רומעניען. דאמאלס האבין דיא דייטשע בלעטער געהאט דאס געלעגענהייט צי בעניטצען אייניגע דאקומענטע פין מיין מזכרת ציון" אין האבין אנגעצייגט מיט היסטארישע פראגמענטע, דאס

*), Dar presupun chiar ilustrul Jurisconsult Bluntschli, care a dat o con­sultațiune în acésta, s'a inspirat de scrierea D- lui Psanter in cât când s'ar dovedi cea ce scrie acest domn noi după ce am bătut pe Dacii cum spune Columna lui Traian de la Roma, şi când ne am pus a fi stăpâni aci atunci am găsi drepturile Jidovilor mai tari de cât ale nostre".

( Mon. Official 30 Septembre 1879).