Druckschrift 
Seyfer zikhroynes̀ : oder, Biografishe beshraybung fin di alṭe layṭ ṿos zenin oyfgenemen geṿoren in Buḳaresṭer azil (bate maḥseh li-zeḳenim) fom yahre 1880 biz ende des yahres 1890 / me-et Yaʿaḳov Pesantir ; des seyfer werd ridikirṭ le-koved dem hisṭorishen farayn "Yulyus Barash" tsu Buḳareshṭספר זכרונות : אדער, ביאגראפישע בעשריבונג פין דיא אלטע לײט װאס זענין אױגענעמען געװארען אין בוקארעסטער אזיל (בתי מחסה לזקנים) פאם יאהרע 1880 ביז ענדע דעס יאהרעס 1890 / מאת יעקב פסנתר ; דאס ספר ווערד רידיקירט לכבוד דעס היסטארישען פעראיין "יוליאס באראש" צו בוקארעשט
Seite
175
Einzelbild herunterladen

איז געבליבען פיר איין קאנצליי, איהר קענט אייך פארשטעללען מינע ליעבע לעזער מיט וואס פאר איין שוויריגקייט עס איז מיר אנגעק ממען איידער איך האב דיא אפראנדעס ציזאממען געבראכט דיא אללע אביעקטען וואס יעדער האט געשענקט וועגען אראני זשירען דיא ציממער איך האב באג אונד נאכט גיהאט צי טוהן מיט האמאלען מיט פערשיעדענע ארדינערע מענשען. איהר הערר וואלף מיכאלאוויטש האט גיזעהן מיט אייערע אויגען מיין ביטערע האראוואנע וויא איך האב גיטראגען אויף מיינע אלטע ביינער דיא אייזערנע בעטען מיט דיא וואשקאסטענס פין איין שטיב אין דער אנדערער צום אויסמעבלירען דיא ציממער מיר האבען דעמאלס קיינע משרתים געהאלטען מיר זענין אליין גיווען דיא דיענער מיר האבען גיארבייט. צום סוף אין מיין פארגניגען פארקערט גיווארין צו אנגסטען אין שמערצען צי גיך איז ענטדעקט גיווארין אייער שווינדעל נאך ימים טובים 21 סעפטעמבער 80 האט מען גע­מאכט איין זיטצונג אין מען האט בעשלאססען אז מען זאל אריין נעהמען אלטע פרויען אין אלטע מעננער, בייא דער זיטצונג האט מען אויך גיהאנדעלט אז מען זאל איין שטיין איינמויערן אין וועל־ כען מען זאל דיא נעמין פין דעם קאמיטעט גראווירען לאזען אויך זאל מען איין פנקס שרייבען עס זאל אללעס איינגעשריעבען ווערין. דא האב איך דאס צווייטע מאהל גיזעהן וויא מיין נאמען ווערט אין גאנצען פארדונקעלט, אין פונדאמענט אין מיין נאמין ניט דער־ מאנט אין דא דאס צווייטע מאל אזוי האב איך דאס בייא דער זיטצונג פערלאנגט אז מיין נאמען זאל אויך אויף דעם שטיין גרא־ ווירט ווערין אדער אין פנקס איינגעשריבען ווערין צום אנדענק אין דער עוויגקייט. דאס איז אין פראטשעס פארטראגען גיווארין אבער גיטאהן האט מען גאר ניט. דיא געשיכטע איז פארבארגען אין באהאלטען גיווארין ביז אין יאהר 81, דאמאלס צום ארויסגעבען דעם ערשטען ראפארט איז ענטדעקט גיווארין דער גאנצער שווינדעל. נאך דער זיטצונג זענין אויפגינעמין ווארין 6 אלטע פרויען אין 10 אלטע מענער, 2 פרויען אין איין ציממער אין 2 מעננער אין איין ציממער, אויסגינעמין אז קיין עססען זאל מען זייא נישט געבען ווייל עס איז נישט דא קיין איינקונפט, נאר דירה, האלץ, ועש, בעלייכטוגג אין איין דיענסט זאל דאס גאנצע הויז בעדיענען