Druckschrift 
Seyfer zikhroynes̀ : oder, Biografishe beshraybung fin di alṭe layṭ ṿos zenin oyfgenemen geṿoren in Buḳaresṭer azil (bate maḥseh li-zeḳenim) fom yahre 1880 biz ende des yahres 1890 / me-et Yaʿaḳov Pesantir ; des seyfer werd ridikirṭ le-koved dem hisṭorishen farayn "Yulyus Barash" tsu Buḳareshṭספר זכרונות : אדער, ביאגראפישע בעשריבונג פין דיא אלטע לײט װאס זענין אױגענעמען געװארען אין בוקארעסטער אזיל (בתי מחסה לזקנים) פאם יאהרע 1880 ביז ענדע דעס יאהרעס 1890 / מאת יעקב פסנתר ; דאס ספר ווערד רידיקירט לכבוד דעס היסטארישען פעראיין "יוליאס באראש" צו בוקארעשט
Seite
176
Einzelbild herunterladen

-

176­

אין ריין האלטען אין איך אלס אזיל־פאטער האב איעדען באוינדער זייער שעהן בעהאנדעלט אזוי וויא מיינע אייגענע קינדער. מיט עססען איז יעדער אלטער מאנן פארזעהין גיווארין פין זיינע קינדער אין אויך דיא גוטהערציגע מענשין פין דער שטאט האבין דיא אלטע לייט פון אונזער אינסטיטוט פארזעהן דאנן אונד וואנן מיט ציקער טשיא קאפעע אין עססען ציגעבראכט, ווען איינער איז קראנק גע־ ווארין האב איך באלד געמעלדעט דעם דר. בלומענפעלד איז ער געקיממען אין האט איין רעצעפט פארשריבען אין איך האב דאס באלד באזארגט אין דעם קראנקען בעהאנדעלט, עס איז נאך יעצט דא אייניגע פין דיא ערשטע אלטע לייט זאל מען זייא פרעגין וויא שעהן זייא זענין פין מיר בעהאנדעלט גיווארין אין אזוי איז אונזער נייגעבויעט אויעל אין דאס לעבען געקיממען. סוף יאהר 80 האט מען רעדיזשירט איין ראפאיט אז מען זאל ארויסגעבען בייא דער גענעראלפערזאממלונג פין נייאיאהר 81 אין רעם ראפארט האט גידארפט פארקימען אין קורצען וויא אזוי דער פעראיין האט זיך געגרינדעט ביז ר' אברהם גארפונקעל האט אי־ בערניגעבין דאס געלד צי ר' וואלף מיכאלאוויטש. הערר מיכא־ לאוויטש האט מיך גיפרעגט וויא אזוי עס איז ציגעגאנגין האבּ איךְ איהם איין צעטיל גיגעבין אויפגעשריעבען אפאר שורות אין האב איהם אנגעצייגט דעם ערשטען גרינדונגסטאג וויא מיר זענין גיוועהן צעהן מענשען אין דאס ערשטע פראוויזארישע קאמיטעט איז גיווען א. ריינשטיין, ליב יאנאוויטש, יעקב פסנתר אין אזוי ווייטער ביז צי אברהם גארפונקעל. דאס צעטעלע האט מען בייא מיר ציגינעמין אין דעם ראפארט האט מען גישריעבען וויא זייא האבען געוואלט. מען האט דיא שריפטען פין מיר גילייגט לא דאסאר אין מען האט אנגעפאנגען צי שרייבען דעם ראפארט פין ר' אברהם גארפונקעל אין ווייטער. אין אזוי פאנגען זייא אן צו שרייבען: אם פרימיט דע לא ד, א. נארפונקעל אין אזוי ווייטער. וויא אזוי דאס געלד איז גע־ קימען צים העררן גארפונקעל האט זייא שוין ניט קאנפענירט צו

זאנען.

אים מאנאט יענער 81 איז פרעזענטירט גיווארין דער ראפארט פאר דער גענעראלפערזאממלונג אין קיין איינציגער האט ניט גע־ פרעגט איין שאלה אויף דעם ראפארט, ווארין פריהער פאר ר