-177
אברהם גארפונקעל איז גאר קיין וועלט ניט גיוועהן, ער האט דאס געלד פין זיין אייגענע קעשינע גיגעבין. פאר דיא שפעטערע מיט־ גליעדער איז דאס גיוועהין איין הייליגע תורה, אבער פאר אונז ערשטע איז דאס זייער קוריאז פארגעקיממען. דא האבין מיר ארויס־ גיזעהן דאס צווייטע מאל וויא זייא האבין אונזער גלאריע אוועק־ גערויכט, דאמאלס בייא דער ארבייט זענין מיר גיווען 4 אקטיווע מיטגליעדער פין דיא ערשטע גרינדער, ריינשטיין, יאנאוויטש, אברהם משה אין איך הכותב, אין אז ר' ליב יאנאוויטש האט באלד פרא־ טעסטירט דאריבער האט זיך ר' אברהם משה אוועקגיצויגען פין דיא גרינדער אין האט זיך אלירט מיט מיכאלאוויטש אין האט גיןאגט, מיר דארפין דיא גרינדער ניט דערמאנין. ער האט דאס געטוהן מיט אבזיכט כדי עס זאל בלייבען אז נאר ער איז גיוועהן דער ערשטער גרינדער פון דעם פעראיין בתי מחסה לזקנים אין דיא אנדערע 9 מיטגלידער זאל מען גאר אפווישען אין אויף דיא רייד פין ר' אברהם משה האבין שוין באזירט דיא צווייא דיספא־ טען מיכאלאוויטש אין דער דר. אין האבין געפינען איין ענפער אונז צו געבען גלייכט אייך אויס מיט ר' אברהם משה, אין אזוי איז פארט אין פארט געגאנגען דער ענפער, אין אז איך האב מעה־ רערע מאל גיזאגט וואס זעהט איהר ניט עס זאל זיין שלום צווישען אונז אללע מיר זענין 9 אין ער איז איינער, האט מען מיר גיעני פערט גלייכט אייך אויס מיט ר' אברהם משה'ן.
יעצט קימט דיא געשיכטע פאר וואס דער ענפער איז גיוועהין אױף דער ארט גלייכט אייך אויס מיט אברהם משה'ן, פין זייט דער דר. אין פרעזידענט גיווארין בא אונז אין פעראיין בתי מחסה לזקנים איז איין שטיקיל קריעג איינגעטרעטען צווישען צווייא פין אונזערע גרינדער, היינו ר' אנשיל ריינשטיין אין אברהם משה. דער ערשטער האט גיזאגט אז איהם קימט אין פנקס איינגעשריבען צו ווערין אלס דער ערשטער פין דיא 10 גרינדער, ווייל ער האט נאך אים יאהרע 72 אין זינן גיהאט איין אויל אין בוקארעשט צי גריני דען אין דארום ווייל ער זאגען אז ער האט דיא ערשטע אידעע גיגעבין מען זאל אין בוקארעשט איין בתי מחסה לזקנים גרינדען אין בייא זאלכע מיינונגען איז מען נישט מצרף מחשבה למעשה. דאס האט ער גאר ניט גיוואלט פארשטעהן, ווארין ווען דער זכות
12