Druckschrift 
Seyfer zikhroynes̀ : oder, Biografishe beshraybung fin di alṭe layṭ ṿos zenin oyfgenemen geṿoren in Buḳaresṭer azil (bate maḥseh li-zeḳenim) fom yahre 1880 biz ende des yahres 1890 / me-et Yaʿaḳov Pesantir ; des seyfer werd ridikirṭ le-koved dem hisṭorishen farayn "Yulyus Barash" tsu Buḳareshṭספר זכרונות : אדער, ביאגראפישע בעשריבונג פין דיא אלטע לײט װאס זענין אױגענעמען געװארען אין בוקארעסטער אזיל (בתי מחסה לזקנים) פאם יאהרע 1880 ביז ענדע דעס יאהרעס 1890 / מאת יעקב פסנתר ; דאס ספר ווערד רידיקירט לכבוד דעס היסטארישען פעראיין "יוליאס באראש" צו בוקארעשט
Seite
178
Einzelbild herunterladen

- 178­

פין דעם וואס ער האט נאר אין זיינן גיהאט איינע נייע זאכע צו שאפפען זאל גרעסער זיין פין דעמיעניגענס זכות וואס האט ניט נאר אין זינן גיהאט זאנדערן דורך מיה אין אייפער טאקע דיא גוטע זאך אין דער ווירקליכקייט געשאפפען האט, אזוי וואלט מען בא־ דארפט דער היעזיגער געוועזענער עפיטראפיע פין יאהר 1859 צי צישרייבען דיא ערשטע אידעע פון דעם אזיל וואס מיר האבן דא אין בוקארעשט גיבויעט ווייל דאמאלס האט דיא עפיטראפיע ווא־ טירט איינע געוויססע סומע וועגען זא איין אינסטיטוט צו גרינדען

אזוי זענין דאך דיא דאמאליגע עפיטראפען מיט דער אידעע פין איין אזיל פיר אלטע לייט צי בויען נאך מיט אזוי פיעל יאהר פריהר גיוועהן פאר ר' אברהם משהן אין אזוי איז דאס לשון פין דער עפיטראפיע פובליצירט אין דער בראשורע וואס זייא האבין דאי מאלס אוריסגיג עבין:

4. constatuini case pentru asilul_sermanilor nepu­tincioşi şi bâtrănilor slăbiţi prin care se evităm funestele resultate ce ar decurge din multă sărăcie şi suferinţă. ( Câteva cuvinte Israelitilor supugi străini Bucuresci 1859).

דיא בראשורע געפינט מען נאך היינט אין דער ביבליאטעק פין משה שווארצפעלד. ווען מיר זאללען פאלגען דיא סברה פין אברהם משה'ן אז מחשבה אין כמעשה קימט דיך טאקע אין אמת אריין דער טיטעל וואס ר' אברהם משה ווילל זיך אנטוהן גאר צי דיא עפיטראפען פין יאהרע 59. אין וואס האב איך גיפועלט מיט מיין אידעע אויפגעבען פין יאהר 76 צי גרינדען איין פעראיין ארכעאלאגיע איזראעליטע אין רומעניען וועגען היסטארישע געשיכטע דער יודען אין רומעניען אין האב זאגאר דיא פראפונערע געדריקט אין דער הקדמה פין מיין מזכרת ציון" אין דאס איז פארגאנגין אזוי פיעל יאהרען אין עס איז גאר נישט צישטאנדע געקיממען ערשט אים יאהרע 86 אז דער יונגער פובליטשיסט ר' משה שווארצפעלד נ"י האט ציזאממענגינעמין נאך אייניגע יונגע לייט משכילים נבונים אין צי דעם ערשטען גרינדונגסטאג האט מען מיך אויך ציגעריפען אינ מיר האבין געגרינדעט דעם היסטארישען פעראיין יוליאוס באראש* קאן איך דענן זאגען אן איך בין דער ערשטער אויפגעבער ניין, וואס דענן, איך בין איינער פין דיא ערשטע גרינדער.