Druckschrift 
Seyfer zikhroynes̀ : oder, Biografishe beshraybung fin di alṭe layṭ ṿos zenin oyfgenemen geṿoren in Buḳaresṭer azil (bate maḥseh li-zeḳenim) fom yahre 1880 biz ende des yahres 1890 / me-et Yaʿaḳov Pesantir ; des seyfer werd ridikirṭ le-koved dem hisṭorishen farayn "Yulyus Barash" tsu Buḳareshṭספר זכרונות : אדער, ביאגראפישע בעשריבונג פין דיא אלטע לײט װאס זענין אױגענעמען געװארען אין בוקארעסטער אזיל (בתי מחסה לזקנים) פאם יאהרע 1880 ביז ענדע דעס יאהרעס 1890 / מאת יעקב פסנתר ; דאס ספר ווערד רידיקירט לכבוד דעס היסטארישען פעראיין "יוליאס באראש" צו בוקארעשט
Seite
179
Einzelbild herunterladen

179­

מיינע ליעבע לעזער דער גאנצער קאנפליקט איז ענטשטאנדען דורך דיא צווייא דעספאטען מיכאלאוויטש אין דר. בלומענפעלד וועלכע האבין גיוואלט דעם גאנצען פעלץ אויף זיך ארויפשלעפען האבין זייא דעם אברהם משה'ן צי זיך ציגעצויגען אין האבין איהם ציגעזאגט אז דער גאלדענער גרונדשטיין וועט גיהערין צו איהם, דיא מתנה אין אברהם משה'ן זעהר גיפעלין האט ער זיך צי זייא ציגעשארט אין האט גיזאגט אז ער קען ניט קיין גרינדער לא היה ולא נברא מיסדים Ego ino munachus, eu sunt singur דאי מאלם האבין זייא גיהאט דעם גיטען אויסרער גלייכט אייך אוים מיט ר' אברהם משה'ן. ווענן דער וואלף מיט דעם רופא נעהמען ניט דעם אריסטאקראטישין וועג איז דיך שלום ושלוה ארים אין ארים. אזוי דורך דער קריעג וואס אין ענטשטאנדען צווישען דיא ערשטע גרינדער אין צווישען דיא 2 אריסטאקראטען האט שוין דער ריינשטיין ניט גיקענט מעהר עקסיסטירען אין איינעם מיט ר' אברהם משה'ן אין האט זיך אין גאנצען אוועקגיצויגען, ער האט ניט מעהר איינגעצאהלט אין זיך ניט געמישט צי דער זאכע נאר ר' ליב יאנאוויטש איז גיבליבען אין קאמיטעט אין איך בין געבלי­בען איין אזיעל פאטער. ערשט יעצט אים מאנאט דעצעמבער 89 איז ריינשטיין אויך צי זייא ציגעשטאנען אין האט זייא גיגעבין 300 פראנק האבין זייא איהם געשריבען אויף דעם ערשטען שטיין פרימע פונדאטאר אין אויף דעם צווייטען שטיין איהם מיט דער פרויא מעמברע דע וועטש. אין אזוי אין אונזער פעראיין געפיהרט גע­ווארין בין אים מאנאט מאי 81 מיט אונזערע ערשטע שטאטוֹטען אין מיט אינזער ערשטען זיעגעל אין מיט דעם נאמען בתי מחסה לזקנים" אין פין מאי אן אין ווייטער איז איבער גיקעהרט גיווארין דאס גאנצע ספר זכרונות, דיא אלטע סטאטוטען זענין פערניכטעט גיווארין אין נייע זענין ערשיענען, דער אלטער זיעגעל איז פער­ווארפען גיווארין אין איין נייער איז אויפגעקומען אין צו בתי מחסה לזקנים" איז איין נאכלער נאמען ציגעזעצט גיווארען. יעצט וועלין מיר פארשטעללען אונזערע ליעבע לעזער וויא אזוי דיא געשיכטע איז פארגעגאנגען.

דיא קרעיונג פין יאהר 1881

אים מאנאט מערץ 1881 איז דאס לאנד רומעניען צים רעגאט