Druckschrift 
Seyfer zikhroynes̀ : oder, Biografishe beshraybung fin di alṭe layṭ ṿos zenin oyfgenemen geṿoren in Buḳaresṭer azil (bate maḥseh li-zeḳenim) fom yahre 1880 biz ende des yahres 1890 / me-et Yaʿaḳov Pesantir ; des seyfer werd ridikirṭ le-koved dem hisṭorishen farayn "Yulyus Barash" tsu Buḳareshṭספר זכרונות : אדער, ביאגראפישע בעשריבונג פין דיא אלטע לײט װאס זענין אױגענעמען געװארען אין בוקארעסטער אזיל (בתי מחסה לזקנים) פאם יאהרע 1880 ביז ענדע דעס יאהרעס 1890 / מאת יעקב פסנתר ; דאס ספר ווערד רידיקירט לכבוד דעס היסטארישען פעראיין "יוליאס באראש" צו בוקארעשט
Seite
180
Einzelbild herunterladen

- 180-

פראקלאמירט גיווארין אין פירסט קאראל דער ערשטער מיט דער פירסטין עליזאבעטה צים קעניג אין קעניגין ערהויבען גיווארין, אווי איז דיא קרענונג פיר דען 10 מאי בעשטיממט גיווארין, האט דאס פעראיין ציון אין דעם גרויסען זאאל באראשעאום איינע פערזאמל­לונג געמאכט פין אלע פארנעהמסטע בעלי בתים אום זיך צי בע־ ראטהען וויא אזוי דיא יודען זאלין אנטהייל נעהמען אין דער שׂמחה פין דעם 10 טען מאי 1881. דיא אללע קארפאראציעס פין דער הויפטשטאט בוקארעשט האבען בעשלאססען אז איעדע בראסלע זאל איין סימבאלישען וואגען פארשטעללען שעהן פערציערט אין פין 3 פאאר פערד גישלעפט אין וועהרענד דער פאראדע זאללין דיא וועגען דיפֿילירען פאר דעם קעניגספאאר אין וועהרענד דער דעפילירונג זאלל אויף איעדען סימבאלישען וואגען פונקציאנירען אין פארגעשטעלט ווערען דאס מין אינדוסטריע אדער דיא אקוֹ־ פאציע פין דער קארפאראציע צי וועלכער דער וואגען גיהער. אלס אום יודען זאללען נישט צוריקבלייבען אקעגען דיא קריסטען פין דער הויפטשטאט בוקארעשט, האט מען בעשלאססען אויך איין סימבאלישען וואגען פארצושטעללען. צו דיעזעם צוועק האט מען 2 קאמיסטיאנען ערנאננט איינע פינאנטשיערע אין איינע טעכנישע דיא קאמיססיאן פינאנטשיערע אין בעשטאנין פין דיא העררען עמ. ראזענטהאל, נתנאל מארקוס, מאריץ בלאנק, מנחם ע. כהן, מאריץ מארקוס הארנשטיין, חיים לאזאראוויטש, וועלוויל בלעכער, מארקוס ברוינשטיין, לייזער ברילאנד אין סאמועל באנער. דיא טעכנישע קאמיססיאן ישעיהו אברהם וויינער פיליפ פאקשאנער. לייזער זייף, אפרים שענפעלד אין יאקאבאקי פראנקא דער סימבאלישער וואגען האט גיהאט איין עקיפאזש פין 11 מענער וואס האבן פארגעשטעללט שלמה המלך מיט זיין סואיטע אדער מיט זיין גארדע דאס איז נאכגיגעמין גיווארין נאך איין היס־ טארישען טאבלויא פין דער ביבעל אין האט פארגעשטעללט דיא שטיהל וואס שלמה המלך איז אויף איהר גיזעסען נאטור גלייך זיא לעבט מיט דיא חיות צוזאממען בייא ביידע זייטען פין דער שטיהל רעכטס אין לינקס איז גיוועהן צי 4 טרעפ איינע העכער פין דער אנדערער אויף דער רעכטער זייט איז גיווען ווילדע חיות אזוי וויא לעווען אין טיגער אין אויף דער לינקער זייט איז גיווען