-
181
היימישע חיות אזוי וויא מען וועט זעהין אין רומענישען פראגראם ווייטער אראפ, איינס אקעגען דאס אנדערע אין איבער דער שטיהל איז געשטאנין איין טויב מיט איין ביימעלע מאסליניס אין מויל. דיא אללע סימבאלען האבין בערייטעט אויף מנוחת שלום ושלוה אויף זיין גאנץ קעניגרייך אין דיא מענשען וואס זענין אויף דעם וואגען געשטאנען זענין גיוועהן געקליידעט אין דיא אוניפארם פין יענער אלטער צייט אזוי וויא דער טאבלוי פין דער ביבעל האט אויס־ געוויזען. מען האט אבער דיא אללע ארנאמענטען נישט געקאנט מאכען אין בוקארעשט, האט מען אויסגעוועהלט ר' לייזער זייף ער זאל פאהרען נאך וויען אין זאל דארט מאכען דיא אלע ארנאי מענטע נאך דעם אילוסטרירטען טאבלוי. ר' לייזער זייף איז ריכטיג געפאהרען נאך וויען אין האט דאס אללעס געמאכט דורך איין טהעאטערמייסטער, דאס האט געקאסט 6500 גולדען אזוי האט מיר ערצעהלט ר' לייזער זייף. דעמזעלבען מייסטער הערר פראנץ כאהאל פון דער וויענער אפער האט ר' לייזער זייף מיטגעבראכט ער זאל פארציערען דעם וואגען מיט דיא אללע שעהנע טהייערע ארנאמענטע, אין ער האט דיא אללע מענשען וואס האבען פאר־ געשטעללט דיא אלטע יודישע געשיכטע אויך זעהר שעהן פער־ ציערט אין אנגעטוהן אין דיא אוניפארם אין יעדען אויף זיין פלאטץ גישטעלט אין דער ארדנונג אזוי וויא דער טאבלוי פין דער ביבעל האט אויסגעוויעזען, ער האט דעם וואגען מיט דיא מענשען זעהר שעהן רעגולירט.
אין דאס זענין דיא יונגע בוקארעשטער קינדער וואס זייא האבען פארגעשטעלט אויף דעם וואגען שלמה המלך מיט זיין סואיטע: שלמה המלך איז גיוועהן בערנאר קאלמאנאוויטש כהן גדול ד עמ. קאפלאן, קאנצלער אשר גאלדבלאט, 2 לוים אראלף מאס־ קאוויטש אין היינריך בלומענבערג, 4 לייבגארדע מאיר מארקוס אדאלף הירש, י. זייף אין ה. צענטלער, 2 טראמפעטער עליאס מארקוס אין מאריץ לאפלאז. 1/100
דער מלך שלמה אין גיזעסין אויף דער שטיהל אנגעטיהן אין דיא אנטיקליכע בגדים אין דיא גארדע זענין געשטאנין ארים איהם אויף דיא פיס אין וועגן דער יודינער וואגען איז געקומען פאר דעם
קעניגספאאר האבין זייא סאלוטירט נאך דעם אזיאטישען מנהג,