דיא העררען נתנאל מארקוס, מ. בלאנק אין מ. ע. כהן האבין אראנזשירט דיא דעפילארע פין 11 מאי זייא האבִּין רעפרעזענטירט דעם סימבאלישען וואגען בייא דעם דעפילירען פאר דעם קעניגס־ פאאר.- דאם קאמיטעט מיט דיא 2 קאמיסטיאנען פינאנטשיארע אין טעכניקע דיא האבין זיך אללע מיהע גיגעבין דעס סימבאלישען וואגען אויף דער שענסטער ארט אויסצושטאטטען. דיא האבען אויך אן אללע יודישע פעראיינע אפעלירט אז זייא זאלין זיך פאר־ בערייטען איעדער פעראיין מיט זיין פאהנע וועגין דעם 11 מאי, ווען דיא אללע סימבאלישע וועגען וועלין דעפילירען דעמאלס זא־ לין אויך דיא פעראיינע מיט זייערע פאהנען נאך דעם ייִדישען וואי גען נאכגעהן אין אויף דער ארט איז גיוועהן אראנושירט דער יודישער וואגען צי דער דיפילארע. פריהר פאר דעם וואגען איז געגאנגען איין אנטעגארדע מיט איין גרויסער פאהנע אין קאלארע נאציאנאלע נאך דער פאהנע איז געגאנגען איין ציון באנדערא מיט איין גארדע דע אנארע. נאך דער גארדע איז געגאנגען דער פרע־ זידענט מיט 2 מעמבריס איינער לינקס אין איינער רעכטס, נאך דיא דריי מעננער איז נאכגעגאנגען דער פעראיין ציון צי 6 מעננער אין דער רייהע, נאך זייא איז געגאנגען אייך אנטיגארדע פין דעם סימבאלישען וואגען, אין נאך דיא איז געגאנגען דער וואגען אין נאך דעם וואגען זענין געגאנגען 14 פעראיינע מיט זייערע פאהנען אנגעטוהן אין גאלא מיט צילינדערהיטע.
דא שטעלען מיר פאר דעם פראגראס וואס דאס קאמיטעט האט ארויסגינעבען צי דער דיפילארע אום אז יעדער זאל וויססען דיא ארדנונג וויא אזוי דיא יודישע פעראיינע זענין צוזאממענגעשטעלט גיווארין איינער נאך דעם אנדערן צי דער דעפילארע אין אויך וואס דער סימבאלישער וואגען האט פארגישטעלט, דארום האב איך געפינען פאר רעכט אין נעטהיג דא פארצושטעללען דעם פראי גראס וועלכען דאס קאמיטעט האט ארויסגיגעבין.
PROGRAMUL
Grupului societăților filantropice israelite în cortegiul istoric de la 11 Mai a. c.
Grupul se compune din felurite societăți filantropice, care vor defila in următoarea ordine: a) Antegarda banie